top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שטאט קרית יואל אין שפאנונג צו היסטארישע חגיגה "קהלא קדישא" אפצייכענען א "יובל שנים" פון התייסדות העיר

דינסטאג פ' משפטים • כ"ז שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש

קרעדיט: קרית יואל היימשטאט


די שטאט קרית יואל איז איינגעהילט אין א רוח פון שמחה וחדוה, זיך גרייטענדיג צו די היסטארישע מאורע "קהלא קדישא," א גראנדיעזע חגיגה וואס וועט איינזאמלען די פילע טויזנטער חברי קהל יטב לב ד'סאטמאר, בקול רנה ותודה המון חוגג, וועט מען במקהלות אלפי ישראל אפגעבן דעם שיר ושבח, מיט'ן אפצייכענען א פולע "יובל שנים" פון התייסדות העיר קרית יואל, ווען צוגלייך וועט אפגעגעבן ווערן דער אות הוקרה און רגשי הכרת הטוב פאר די טויזנטער תושבי העיר, וואס אדאנק זיי, איז זיך די קהילה אזוי צעוואקסן און צעבליעט מיט אזא אויסטערלישע הרמת כח הקדושה.


די גרויסער חגיגה וועט געפייערט ווערן קומענדיגן זונטאג תרומה אויפדערנאכט, ב' אדר א,' אריינטרעטנדיג אינעם חודש שמרבין בו שמחה, ווען בתוך קהל ועדה, וועלן טויזנטער תושבי העיר וחברי קהלה, געמיינזאם פייערן די היסטארישע דערגרייכונג פון חמשים שנות ק"ק קרית יואל, מיסודו של הרה"ק מסאטמאר זי"ע בשנת תשל"ד, אין ווערט נמשך בגאון ועוז דורכ'ן ראש מתא הדין, דער כ"ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וואס מ'וועט טאקע דערביי האבן די זכי' לקבל פני הקודש, ווען דער רבי שליט"א וועט באותו יום זיך אומקערן פון מקום הנופש אין פאלם ספרינגס קאליפארניע, און זיך ארויסלאזן אין א פריערע שטונדע ווי געפלאנט, ספעציעל לקראת די חגיגה, צו ערשיינען בראש קהל עדתו מי מנה, מופיע זיין בהדרת לקול תרועת השיר פון די אלפי חברי הקהלה, וועלכע וועלן מקבל זיין פני הקודש און דערביי זיך אנשעפן מיט די דברי אלקים חיים פונעם רבי'ן שליט"א לרגל המאורע.


דער גאנצער מעמד וועט זיין מלא וגדוש אנגעהויבן פון די היסטאריע- דורכגעווייקטע דרשות און פאנעלן באגלייט מיט רייכע פרקי שירה וזמרה דורך בארימטע מנגנים נפלאים און בעלי השיר. און די גאר ערשטמאליגע "מעמד תודת העיר" אפצוגעבן די שעצנדע רגשי הכרת הטוב פאר די שטאטישע געטרייע עסקנים אין לויף פון די יארן.


מיטן צענטראלע דרשה ביים מעמד וועט אויפטערטן הגה"צ אב''ד ור''מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א, בנו בכורו פון כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א, אין דערביי וועט מען זוכה זיין צו הערן די פייערדיגע דברות קודש פונעם רבי'ן שליט"א, דברי תורה אגדה והדרכת קודש פאר'ן גאנצן ציבור.


אלע פליגלען און פאלישעס אינעם ביהמ''ד הגדול וועלן ווערן אהערגעשטעלט מיט שטאקן און סטעידזשעס רינגס ארום, צו העלפן פלאצירן די טויזנטער משתתפים בליעה"ר, אין די ווייבער שולן ווערן געעפנט ווערן מיט פלאץ פאר די הונדערטער בחורי חמד צו מיטהאלטן דעם מעמד. אין די פארבליבענע קארגע וואך צום מעמד גייען פאראויס די הכנות אויפ'ן העכסטן טעמפא, בעת דער עקסטאז שטייגט צווישן דעם ציבור חסידי סאטמאר מיט יעדן פארבייגייענדן טאג, יחד כולם הודו. 






bottom of page