top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מרחמיסטריווקא ספרינג וואלי צוגאסט אויף דעם שבת הבעל"ט אין בארא פארק בצל דודו האד' מרחמיסטריווקא

מיטוואך פ' תרומה • ה' אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש


דער וואך שבת פ' תרומה וועט כ"ק האדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א פון ספרינג וואלי זיין צוגאסט אין שטאט בארא פארק בצל הקודש פונעם פעטער כ"ק האדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א לרגל די שמחת הקידושא רבא פון א בשותפות'דיגן אייניקל ביי מרנן האדמור"ים שליט"א.


אצינד ווען די ראחמיסטריווקא רבי פון ספרינג וואלי וויילט אין ארץ ישראל איז אנגעקומען די ידיעה איבער די שמחה במעונו די געבורט פון אן אייניקל, בת הנולדה ביי חתנו הרב ישעי' משולם זושא טייטלבוים בן הגה''צ רבי צבי אלימלך טייטלבוים אב"ד תפלה למשה בארא פארק חתנה דבי נשיאה פון כ"ק האדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א. צו דעם געלעגנהייט האט די רבי באשלאסן צו זיין שבת אין בארא פארק בצל הקודש פונעם פעטער די ראחמיסטריווקא רבי שליט''א, וואו די רבי'ס וועלן אינאיינעם אפרעכטן די תפילות אין שולחנות הטהורים ברוב עם הדרת מלך. שבת אינדערפרי נאכן דאווענען וועט פארקומען די קידושא רבא לרגל די שמחה בבית צדיקים.


מיטן רבי'ן אינאיינעם וועלן קומען צו פארן א גרויסער ציבור חסידים פון מאנסי אין די בחורי חמד, וואו עס וועט זיין צוגעשטעלט אש"ל מלא פאר אלע געסט פון אויסער די שטאט.


לקראת שבת לכו ונלכה

Comments


bottom of page