top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

באריכט: האד' מפיטסבורג צווישן די באטייליגטע אין זיכעריי נאך פארלוירענעם קינד אין אשדוד

זונטאג פ' תזריע • כ"ח אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילד קרעדיט: דוד כהן


א שרעקליכע טראגעדיע האט פאסירט דעם שבת קודש אין שטאט אשדוד ווען א קינד איז ל"ע פארלוירן געגאנגען שבת צופרי און געפינען געווארן נאך א העפטיגע זוכעריי ליידער נישט בין החיים אויסגעשפארט אין א קאר וואס איז ווארשיינליך געבליבן אפן פון בעפאר שבת.


כ"ק אדמו"ר מפיטסבורג שליט"א וועלכע איז א שכן מיט די באטראפענע פאמיליע האט אהיימקומענדיג פון שול שבת צופרי געזען די פארלוירענע סיטואציע און זיך תיכף זעלבסט אנגעשלאסן אין די זוכעריי און אויפגעפאדערט פאר די באגלייטער און חסידים ארויסצוהעלפן אין די זוכעריי, די רבי האט געהייסן יעדעם עפענען די פארמאכטע קעלערן און זוכן די גרונטליכסטע מעגליך.


נאכדעם וואס עס איז אדורך א שטיק צייט אן א שפיר פונעם קינד האט די רבי געהייסן אז מען זאל איבערקוקן די סעקיוריטי קאמערעס צו פרובירן נאכגיין זיינע פוסטריט, ליידער האבן די אלע מיטלען נישט געהאלפען און ווען מען האט געטראפן די קינד איז שוין ליידער געווען נגזרה הגזירה ל"ע.


מוצש"ק האט די רבי שליט"א מיטגעהאלטן די הארצרייסענדע לויה ביז די קבורה זייענדיג משתתף בצערם פון די שכנים, די רבי שליט"א האט מספיד געווען בדברי הספד וצידוק הדין מיט גאר שטארקע דיבורים פון אמונה און התחזקות צו געדענקן אז אלעס איז מיט א חשבון און נסתרים דרכי השם, זאגענדיג אז דאס קינד איז געווען א קרבן ציבור לכפר בעד כל העם און קל אמונה ואין עול.

Kommentare


bottom of page