top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

וחסידים ברינה יגילו • הערליכע שמחת נישואין בחצרות סקווירא - טשערנאביל מיטגעהאלטן דורך אלפי חסידים ואנשי מעשה

דינסטאג פ' ראה • כ"ג אב תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

 

ברגשי גיל וחדוה האבן פילע טויזנטער חסידים ואנשי מעשה זוכה געווען מיטצולעבן די גרויסע רבי'שע חתונה אין שיכון סקווירא, פון אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, דער חתן א זון פון זיין זון הרה"צ יעקב יוסף טווערסקי שליט"א, אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"צ ר' מרדכי גאלדמאן שליט"א, זון פון הגה"צ ר' שמואל גאלדמאן שליט"א מזוועהיל, און איידעם ביי הגה"צ ר' יחיאל מיכל שטיינמעטץ שליט"א דומ"ץ סקווירא בארא פארק.


ארום זעקס אזייגער איז דער גרויסער זיידע כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א אריינגעקומען צום קבלת פנים אינעם שאטער הגדול, אינאיינעם מיט'ן חתן און די מחותנים, מ'האט געזונגען ניגוני התעוררות א לענגערע צייט. מיט קריאת התנאים איז נתכבד געווארן די פעטער הרה"צ רבי אהרן מענדיל טווערסקי בנו הגדול פונעם סקווירא רבי'ן. נאכ'ן אנטון די קיטל פאר'ן חתן איז מען אריבער צום באדעקן אין ביהמ"ד הגדול, און דערנאך איז מען אנגעקומען צום מעמד החופה ביים גרויסן פארקינג לאט פונעם ביהמ"ד. מיט סידור קידושין איז נתכבד געווארן דער סקווערער רבי, עדי קידושין הגה"צ רבי חיים פאוויל שנעבאלג אב"ד קהל אברכים מאנסי און הגה"צ רבי פנחס חיים גרינוואלד אבד"ק פאפא מאנסי, קריאת הכתובה די זיידע הגה"צ רבי יחיאל מיכל שטיינמעץ דומ"ץ סקווירא בארא פארק, ברכות ראשונות די זיידע כ''ק האדמו''ר מטשערנאביל שליט''א, און ברכה אחריתה די זיידע הגה"צ רבי שמואל גאלדמאן מזוועהיל. נאכן חופה האט דער זיידע די סקווירא רבי מאציל געוועהן מברכת קדשו פארן ציבור.


א קורצע צייט דערויף איז דער סקווערער רבי אריבערגעפארן צום זאל פון עטרת טשארנא וואו ס'איז פארגעקומען די חתונה פאר די פרויען, און געוואונטשן מזל טוב פאר חתן כלה אין יחוד שטוב. שפעטער איז דער רבי ערשינען אינעם גרויסן שאטער אינאיינעם מיט די חתן לקול צהלה ורנה פון די טויזנטער חסידים וואס האבן איבערגעפילט דעם שאטער און מיטגעלעבט די שמחה מיט פייערליכע עקסטאז, און די רבי האט מעודד געווען די ריקודין פאר קרוב צו א שעה צייט. ביים זמן מעריב זענען צוגעקומען צום סקווערער רבי'ן צענדליגער פאליטישע ערוועלטע באאמטע און עסקנים פונעם געגנט אפנעמען די ברכת הקודש, צווישן זיי די לאקאלער קאנגרעסמאן מייק לאולער.


נאך מעריב, און דער רבי איז צוריק ערשינען אין שאטער און זיך געוואשן צו די סעודה, תיכף דערנאך איז ערשינען די זיידע כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א וועלכע איז ענטפאנגען געווארן בשירה וזמרה און זיך געוואשן צום סעודה, מען האט אויפגעגעבן די מאכלים, און דערנאך איז דער עולם אריבער וואונטשן לחיים פאר די רבי'ס, בעת מען האט ממשיך געוועהן די ריקודין לכבוד שמחת חתן. נאך א קארצע הפסקה איז די רבי ווידער אריינגעקומען האט מען אויפגערופן די דרשה-געשאנק דורך די זיידעס און מחותנים. מיט'ן בענטשן איז מכובד געווארן די פעטער הגה"צ רבי יהושע לייפער אב"ד באר משה פרעמישלאן א פעטער מצד הכלה, ברכות ראשונות כ"ק אדמו"ר מקאלאשיץ שליט"א, ברכה אחריתא די עלטער פעטער מצד הכלה הרה"ג ר' שלמה שטיינמעץ שליט"א.


דערנאך איז פארגעקומען די געהויבענע מצוה-טענץ, צוערשט האט בדחנא דמלכא ר' מיכל אייזנבערג אויפגערופן דעם זיידן די טשערנאבילער רבי וואס האט אפגעראכטן די ריקודין קדישין לפני הכלה און דערנאך געטאנצן מיט די חתן און אין א רינג מיט די מחותנים זיידעס און די גאנצע משפחת המלוכה לבית טשערנאביל, און זיך געזעגענט מיטן סקווירא רבי'ן און פארלאזט דעם זאל. דערנאך האט מען אויפגערופן דער זיידע'ס הגה"צ רבי שמואל גאלדמאן מזוועהיל, הגה"צ רבי יחיאל מיכל שטיינמעץ דומ"ץ סקווירא בארא פארק, און כ"ק האדמו"ר מקאלאשיץ שליט"א. דערנאך האט מען מכבד געווען די פעטער'ס האדמורי"ם מזוועהיל פון אמעריקא און ראחמיסטריווקא מאנסי צו טאנצן מיט די חתן. דאן האט מען צוגעטרעטן צו די מצוה-טאנץ פונעם מחותן הרה"צ רבי יעקב יוסף, וואס איז אריבער מיט גרויס דערהויבנקייט, אויפברענגענדיג זכות אבות און די אבות ואמהות הק' וואס קומען זיך אראפ זיך משתתף זיין, שטייענדיג בשנת האבל פון אמה של מלכות הרבנית הצדיקת מסקווירא ע"ה.


אינעם הויכפונקט האט מען זוכה געווען מיטצולעבן די עבודת הקודש פון מצות הריקודין דורכ'ן גרויסן זיידע דער סקווערער רבי שליט"א, זיך ארויסלאזנדיג אין פלאם פייערדיגע טענץ לפני הכלה און דערנאך מיט'ן חתן און די מחותנים. בשעת די מצוה טאנץ האט זיך משתתף געוועהן ביי די שמחה די געהויבענער דער עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועלכע האט טועם געווען פון די לעקיך און פיש, און דערנאך געטאנצן מיט די חתן און מחותנים, און א באזונדערע ריקוד מיטן שוואגער די סקווירא רבי, די חתונה איז פארענדיגט געווארן נאנט צו 3:00 אזייגער פארטאגס ווען דער רבי האט געוואונטשן ברכת קדשו פאר חתן כלה.


במשך די שמחה האבן זיך משתתף געווען האדמורי"ם מוויזניץ פון מאנסי, וויליאמסבורג, ירושלים, לאנדאן, מאנטריאל, בארא פארק, האדמורי"ם מראחמיסטריווקא פון בארא פארק, לעיקוואד, וויליאמסבורג, מאנסי און לינדען, סקולען מאנסי, סקווירא בארא פארק, סקווירא מאנסי, הארינסטייפל מילוואקי, אונגוואר, היבינוב, גארליץ, בארניב, באניא, הרה"צ רבי חיים שלום הלברשטאם בשליחות אביו האדמו"ר מבאבוב, הגה"צ רבי אברהם דוב טווערסקי אבד,ק ראחמיסטריווקא מאנסי, בני האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק בשליחות הקודש, אב"ד קאלוב וויליאמסבורג, אב"ד טאקאי, אב"ד מאגרוב, אב"ד קהל אברכים מאנסי, אב"ד פאפא מאנסי, אב"ד זלאטשוב מאנסי, אב"ד סאווראן ב"פ, אב"ד סלאנים מאנסי, אב"ד אור נפתלי פוירל ריווער, און נאך.











































































































Comments