מאנטאג פ' תרומה • ג' אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: אחים לאנטשעווסקי
בשמחה וחדוה האבן אלפי חסידי באבוב דעם מוצאי שבת איבערגעפילט דעם ביהמ"ד הגדול באבוב אין בארא פארק און זיך מיטגעפרייט בשמחה הגדולה פון רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א ביים שמחת התנאים פון נכדו החתן, א זוהן פון זיין זוהן הרה"צ ר' דוד הלברשטאם שליט"א חתן הגה"צ ר' לייבוש הורוויץ בן כ''ק האדמו"ר מסטריזוב שליט''א וחתן הגה"צ הישיש ר' ירמי' טייטלבוים, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג ר' אלטר ברוך ווידער בן הגה"צ גאב"ד לינז וחתן הגה"צ ר' דוד רובין מדאמבראווא.
די שידוך שליסן איז פארגעקומען מוצאי שבת בביתו נאוה קודש פון כ''ק האדמו''ר מבאבוב שליט"א ווי די רב האט אנגעטוהן א קאלפיק פאר נכדו החתן כנהוג, דערנאך איז די רב שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול ווי די גאנצע ציבור האט אויסגעבראכען אין פרייליכע טענץ, 'קול רנה וישועה באהלי צדיקים', די רב האט אויפגעטראטן מיט דברות קודש, מיט א שבח והודאה לה'. די רב האט דערמאנט די קרן השדכנים און געבעטן דעם ציבור זיך אריינצולייגן מער אין די נושא פון שידוכים, אין ווידער אמאל אראפגעריסן די היינטיגע מאדע פון די שפיצן אויף די שטריימלעך און שטארק משבח געווען די אינגעלייט וועלכע טראגן די אמאליגע שטריימלעך אן קיין שפיצן. די רב האט דערמאנט די שיינע יחוס פון אלע צדדים און ספעציעל די זיידע די לינזער רב זצ"ל וואס פלעג כסדר אריינקומען קיין באבוב אין האט זיך געהאלטן נאנט. דערנאך האט די רב מכבד געווען די זיידע די לינז'ער רב שליט"א אויפצוטרעטן לכבוד די שמחה ווי ער האט ארויסגעברענגט זיינע הרגישים אין די זכיה זיך משדך צו זיין מיט בית באבוב.
די רב האט מסדר געווען די תנאים, די עדים זענען געווען הנגיד החסיד ר' אברהם אהרן לעזער און הנגיד החסיד ר' לייבוש לאנדא מראשי הקהילה, די ערבים הרבני הנגיד ר' חיים מייזעלס און הרב יחזקאל ראזענבערג. מיט קריאת התנאים האט די רב מכבד געווען די עלטער זיידע הגה"צ הישיש ר' ירמי טייטלבוים שליט"א, מ'האט זיך אויפגעשטעלט אויף ריקודין און דערנאך איז די גאנצע ציבור דורך וואונטשן מזל טוב אל מול פני הקודש.
Comments