top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פייער אין ישיבה גדולה באיאן אין מודיעין עילית לאזט איבער גרויסע שאדנס

מוצאי שבת פ' בשלח • י"ז שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש


א פייער האט אויסגעבראכן היינט מוצאי שבת אין די גרויסער באיאנער ישיבה 'תפארת ישראל' אין מודעין עילית, די פייער האט זיך אנגעהויבן ביי א עלעקטעריק קעסטל אינעם היכל הישיבה, און ביז א קורצע צייט האבן די העלישע פלאמען געברענט ארויס פון קאנטראל. טראץ די פרואוון פון די פייערלעשער צו אפהאלטן די פלאמען, האט זיך די פייער בליץ שנעל פארשפרייט אין פארניכטעט דעם גאנצן בנין מיט גרויסע שאדנס.


מיטן אויבערשטנס הילף איז נישט באריכטעט געווארן קיין מענטשליכע שאדן נאך וואס די תלמידי הישיבה האבן זיך געפינען אויף שבת אין ירושלים בצל הקודש פון כ''ק האדמו''ר מבאיאן שליט''א, לרגל שבת שירה. די בחורים וועלן לעת עתה נישט צוריקפארן אין ישיבה צוליב די ערנסטע נזקים אינעם בנין.






Comentários


bottom of page