top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מקאסוב וועט אפפליען קיין דייטשלאנד אויף באהאנדלונגען; שטארקע חיזוק בריוו פאר קהל חסידיו

מוצאי שבת פ' בא • י' שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש


א היסטארישע און גאר רירנדע מכתב קודש איז ערשינען דעם ערב שבת קודש, געשריבן דורך כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א לרפואה שלימה, ווי דער רבי טוט אדרעסירן זיין מצב הבריאות, און די בעפארשטייענדע דרכי הרפואה, מחזק צו זיין קהל עדת חסידיו און גאנץ כלל ישראל וואס קוקן ארויס דער רבי זאל זיך גענצליך ערהוילן בסייעתא דשמיא.


דער רבי שליט"א הייבט אן דעם בריוו מיט א שבח והודאה פארן בורא כל עולמים, אויף אלע חסדים דורכאויס די אלע יארן, און אז ער מען האט די זכיה צו זיין מיושבי בית המדרש און שטייגן ביראה וחסידות אינאיינעם מיט אידישע קינדער.


דער רבי שרייבט אינעם בריוו אז איינער פון די וועגן צו משיג זיין די גרויסקייט פונעם אויבערשטן, איז דורך זיך מתבונן זיין אין די וואונדערליכע יצירה פונעם מענטש, וועם דער אויבערשטער האט באשאפן אויף א וואונדערליכע אופן, מיט יעדע אבר און חוש וואס טוט איר תפקיד, מורא'דיגע פלאות וואס א מענטש כאפט נישט אסאך מאל, אבער ווען א מענטש ווערט קראנק און איז אנגעוויזן אויף מעדיצינישע באהאנדלונגען, זעט מען יא אביסל וואס טוט זיך, און מען באקומט א פיל טיפערע דערהער אין די געוואלדיגע נפלאות הבורא וואס דער אויבערשטער האט באשאפן דעם מענטש.


דער רבי שרייבט ווייטער אהובי יקירי, ידעתם גם ידעתם ווער עס האט מיר שוין באגעגענט אין די פארלאפענע יאר, אז ליידער האט די מידת הדין זיך ארויפגעלייגט מיט א שווערע מחלה רחמנא לצלן, וואס פון איין זייט שפירט מען שווערע יסורים, אבער פון די אנדערע זייט זעט מען אפענע וואונדער פונעם אויבערשטן, זעענדיג אז יעדע זאך האט א רפואה, און געלויבט דעם אויבערשטן אז די מחלה איז שוין כמעט אינגאנצן נישטא, דאס איז זיכער מיט די כח פון די הייסע תפילות וואס אלע האבן געדאווענט און די קבלת טובות וואס מען האט זיך מקבל געווען זיך צו פארבעסערן בדרך התורה און עבודת השם.


שרייבט דער רבי ווייטער אז אין די יעצטיגע תקופה ווען מ'גרייט זיך אונטערצונעמען א פרישע סעריע באהאנדלונגען, זאל מען ח"ו נישט ווערן צובראכן און דערשראקן, פארקערט גאר, אז מ'האפט אויף בעסערע רעזולטאטן, און חיזוק הכוחות אויף א שטארקע פארנעם, ווען דערביי זאל יעדער איינער ווייטער מתפלל זיין און אנהאלטן די קבלת טובות.


דער רבי שרייבט ווייטער אז דעם קומענדיגן זונטאג פרשת יתרו וועט ער ארויספארן צום ווייטן דייטשלאנד אין אייראפע, אנצוהייבן א פרישע באהאנדלונג ביי א גרויסע פראפעסאר דארט אין לאנד, און פאר די קומענדיגע זיבן חדשים, וועט ער דארפן וויילן אין דייטשלאנד פאר איין גאנצע וואך אינעם חודש, און מיטן אויבערשטנס הילף וועט די מחלה גענצליך נעלם ווערן, אין זכות פון תפילות ישראל און חיזוק בלימוד התורה.


דער רבי ענדיגט צו דעם בריוו מיט ברכות לרוב, און ווארעמע דברי חיזוק, מען זאל נישט הערן קיין צרה וצוקה וכל נגע ומחלה, און מען זאל שוין זוכה זיין צו די הבטחה כי אעלה ארוכה לך וממכותיך ארפאך נאום השם.


Comments


bottom of page