דינסטאג פ' בא • ו' שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש
הונדערטער סאטמארער חסידים אין תושבי בארא פארק האבן פארגאנעגנעם ליל שישי מיטגעהאלטן די גראנדיעזע מעמד "תורה להאדירה" לכבודם פון די חברי ורבני הכולל דברי יואל ד'סאטמאר אין בארא פארק וועלכע האבן ברוב עמל ויגיעה מסיים געוועהן אין זיך פארהערט אויף שולחן ערוך יורה דעה חלק א', די מעמד איז פארגעקומען אין די ליפשיץ זאלן אין בארא פארק אין צוזאמענהאנג מיטן דינער לטובת די כולל דברי יואל מיט אירע 175 אינגעלייט.
סעודה שתלמידי חכמים מסובין בה האבן זיך אנגעזעהן אויפן אויבן אן די נשיא המוסדות כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א וועלכע איז ספעציעל אריינגעקומען פון קרית יואל צו באשיינען די מעמד, אין הגאון הגדול המפורסם רבי שמואל אליעזר שטערן שליט"א רב מערב בני ברק וחבר ביד"ץ שבט הלוי, וועלכער איז ווי באקאנט א בקי גדול בהוראה און פון די גדולי הפּוסקים אין ארה"ק אין האט פערזענדליך פארהערט די חשובע אינגעלייט לומדי הכולל, די רב שליט''א איז מכובד געווארן אויפצוטרעטן אלס נואם הכבוד ביי דעם מאורע, וואו ער האט געוויס איבערגעבן זיינע הרגשים פון די חשובע רבני הכולל וועלכע האבן מסיים געווען די מקצוע שלימה פון יורה דעה חלק א', וואס דער רב האט אויסטערליש באוואונדערט די ברייטע ידיעות פון די חשובע לומדי הכולל, נאכן פארהערן די אינגעלייט, ווי גוט די בני הכולל האבן די מקצועות כמונחים בקופסא.
נאכן דרשה האט דער יושב ראש המעמד הרה"ח ר' משה אהרן פילאפף הי"ו, אויפגערופן הרה"ח ר' שאול פריעדמאן הי"ו - מראשי הקהילה וחבר הנהלת הכולל אויפצוטרעטן, אין דאן האט כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א משמיע געווען דברות קודש, דער רבי האט באגריסט דעם אורח הכבוד הגאון רבי שמואל אליעזר שטערן רב מערב בני ברק, אין ארומגערעדט בשבח פונעם כולל וואס איז פקיעא שמיה אין די גאנצע שטאט אלץ מקום תורה, די רבי האט גערעט בשבח פון די לומדי תורה, און בשבח פון די מחזיקי תורה, וואס די אלע האבן א גלייכע חלק אין די לימוד התורה, און ווידער אויפגעפאדערט די אינגעלייט צו דאווענען נאר אין היימישע בתי מדרשים סיי אום שבת און סיי אינדערוואכן, און ארומגערעדט מיט הנאה איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון ביהמ"ד תפילה למשה אין בארא פארק, די רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די לומדי הכולל, פאר די מחזיקי התורה, און פאר אלע משתתפים.
נאך די דברות קודש האט די רבי געטריקנען לחיים און אנגעוואונטשן פאר די רבני ולומדי הכולל, און פאר כל הקהל הקודש, דערנאך האט דער רבי פארטיילט א מתנה, א סעט ברך משה פאר אלע אינגעלייט מסיימים ומצטיינים.
コメント