top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גרויסן ציבור ביי חתונה בחצרות תולדות אברהם יצחק - טשארנאביל - קאלוב | ברייטע דעקונג

מוצאי שבת פ' פקודי • ו' אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטר


פארלאפענעם מאנטאג (פקודי) איז אין דער שטאט ביתר פארגעקומען א הערליכע רעבישע חתונה אין די הויפן פון תולדות אברהם יצחק - קאלוב און טשארנאביל, בשעה טובה ומוצלחת איז געגאנגען אונטער די חופה החתן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מטשארנאביל שליט"א, זון פון זיין זון הרה"צ ר' יחיאל טווערסקי שליט"א מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' אליעזר צבי טויב שליט"א אב"ד קאלוב ביתר, בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א.


אויף די חתונה זעמען ספעציעל געקומען צו פארן א שיינע צאל געסט מעבר לים, ספעציעל האבן זיך אנגעזעהן די קינדער און איידימער פון די געהויבענע זיידע כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א לרפואה שלימה, בנו הגה"צ רבי ישכר דוב טויב אב"ד קאלוב וויליאמסבורג, חתנו כ"ק אדמו"ר ממאשלוי שליט"א, אין חתנו הגה"צ רבי אלעזר יונה גיזנבערג אב"ד סוואליעווא.


ביים קבלת פנים איז מכובד געווארן מיט קריאת התנאים הגה"צ רבי חיים מאיר האגער אב"ד קרית וויזניץ. ביים מעמד החופה איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין די זיידע כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, מיט קריאת הכתובה הגה"צ אב"ד קאלוב וויליאמסבורג שליט"א, מיט ברכות ראשונות די זיידע כ"ק אדמו"ר מטשארנאביל שליט"א און מיט ברכה אחריתא די זיידע מצד החתן הרה"ח ר' ישעי' יו"ט האלצער שליט"א, נאכן חופה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים.


עס האט נאכגעפאלגט מיט די סעודת החתונה, ווען די אדמורי"ם שליט"א זענען ערשינען אין זאל לקול תרועת הזמר, די זיידע כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק האט געוואונטשן לחיים און פארגעזינגען 'כבודו' חזן וקהל, דערנאך האט די רבי מכבד געווען דער זיידע כ"ק אדמו"ר מטשארנאביל שליט"א איבערצוגעבן מברכות קדשו לכבוד די שמחה, די ריקודין האבן אנגעהאלטן שעות נאכאנאנד וואו חסידים ואנשי מעשה האבן מען זיך משמח געווען בשמחת בית צדיקים.


מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן די פעטער הרה"צ רבי יעקב מרדכי טווערסקי אב"ד טשערנאביל אלעד, מיט די שבע ברכות זענען מכובד געווארן הרבנים הגאונים הצדיקים בני כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, און ברכה אחריתא די פעטער הגה"צ רבי אלעזר יונה גינזבערג אב"ד סוואליעווא וויליאמסבורג.


דורכאויס די שמחה האבן זיך אנגעזעהן האדמורי"ם מקרעטשניף ירושלים, שומרי אמונים, טרעבישאן, שידלובצא, דעעש ירושלים, ראחוב, נחלת אהרן, זידיטשוב בני ברק, ספינקא בני ברק, קאסאני בית שמש, ספינקא בית שמש, און טאלטשאווא, אין נאך פילע אדמור"י ורבני העיר ביתר ובראשם די מרא דאתרא הגה"צ רבי חיים ווייס שליט"א גאב"ד ביתר.


נאכן בענטשן האט מען צוגעטראטן צום מעמד המצוה טאנץ, ווען די זיידע כ"ק אדמו"ר מטשארנאביל שליט"א אפגעראכטן די עבודת הריקודין לפני הכלה, דערנאך האט בדחנא דמלכא הרה"ח ר' ברוך מרדכי פרענקל אויפגערופן דעם זיידע כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א צום מצוה טאנץ, וואו די רבי האט געפראוועט די הייליגע עבודה כדרכו בקודש, אין דערנאך ארויס אין א ריקוד מיט די חתן און באזונדערע טענץ מיט די זיידעס און מחותנים, דערנאך האט מען אויפגערופן די זיידע הרה"ח ר' ישעי יו"ט האלצער שליט"א, און דאן האט די בדחן ווידער גענומען דאס ווארט און אויפגערופן די געהויבענע אבי הכלה הגה"צ אב"ד קאלוב שליט"א, מיט ברכות מקרב לב ומריחוק מקום פארן ראש בית אב כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א זייענדיג מעורר זיינע געוואלדיגע זכותים פון קירוב רחוקים למען בריאותו השלימה, דערנאך האט ער אויפגערופן די פעטער כ"ק אדמו"ר ממאשלוי שליט"א, אין די אנדערע פעטער'ס, אין צום שלוס די אבי החתן הרה"צ רבי יחיאל טווערסקי שליט"א, עס איז שוין געווען אין די שפעטע נאכט שעה'ן ווען די חתונה האט זיך געשלאסן מיט די מצוה טאנץ פון חתן אין כלה.








































































bottom of page