top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שיינעם באזוך פון האד' מתולדות צבי ד'ספינקא אין נייע ישיבה גדולה "מתיבתא תורת צבי דספינקא"

דאנערשטאג פ' חיי שרה • כ"ה חשון תשפ"ד| בחצרות הקודש


פארגאנגענעם מונטאג נאכמיטאג האט כ"ק האדמו"ר מתולדות צבי ד'ספינקא שליט"א אויפגעטראטן מיטן דרשת פתיחת הזמן אין די ישיבות הקדושות תחת נשיאותו אין שטאט קרית יואל, די ישיבה קטנה אין אזוי אויך אין די נייע ישיבה גדולה "מתיבתא תורת צבי דספינקא".


אין די פריע נאכמיטאג שעהן איז די רבי ערשינען אינעם היכל הישיבה קטנה וואו די רבי האט געדאווענט מנחה מיט די בחורים, דערנאך האט די ראש הישיבה הרה''ג רבי מרדכי הערש שפיטצער אויפגענימען דעם רבי'ן שליט''א, אפגעבנדיג א שבח והודאה צום רבוש"ע נאכן דורכגאנג וואס די רבי איז אריבער אין די הייליגע טעג, אין די געוואלדיגע זכיה וואס מיר האבן אז די רבי געפינט זיך דא בתוכנו בבריאות השלימות, אזוי אויך האט אויפגעטראטן מיט א דרשה דער מנהל הישיבה הרה''ג רבי שמואל טערקלטויב אן אייניקל פונעם רבי'ן. דאן האט מען געהאט די זכיה צו הערן די דרשת פתיחת הזמן פונעם רבי'ן שליט''א. נאכן באזוך אין די ישיבה קטנה האט זיך די רבי אומגעקוקט ביי די בוי ארבעט ביי די נייע צוגעבויעטע פליגל וואס וועט דינען אלס היכל הביהמ''ד.


פון דארט איז די רבי אנגעקומען צום ישיבה מתיבתא דספינקא וואס האט זיך געעפענט צום זמן הלימודים חודש חשוון אלס א המשך צו די ישיבה קטנה אונטער'ן רבינס נשיאות, און אונטער די הנהלה פון הרה"ג רבי מרדכי צבי שפיטצער ראש הישיבה. די רבי שליט''א האט קובע געוועהן א מזוזה אינעם נייעם אכסניא וואס איז איינגערישט געווארן אין דאן איז פארגעקומען א מסיבת לחיים וואו עס האבן אויפגעטראטן דעם רבינס זוהן הרה''צ רבי משה יעקב הורוויץ אין דער מנהל הישיבה הרה''ג רבי אליעזר ראטה, דערנאך האט די רבי שליט''א משמיע געוועהן דעם דרשת פתחית הזמן באגלייט מיט דברי הדרכה פאר די בחורי חמד.



Comments


bottom of page