top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מספינקא ארויסגעלאזט קיין ארצינו הקדושה לרגל שמחת הבר מצוה פון ערשטן אור אייניקל

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 15 בינו׳ 2024
  • זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג פ' בא • ה' שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש

ree

מיט שטורמישע געפילן פון שמחה התרגשות האבן ספינקא חסידים בארץ הקודש אויפגענומען די פרייליכע בשורה אז הנה מלכך בא, מארגן דינסטאג וועט מען האבן די זכיה צו מקבל זיין את פני הקודש פון כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א, על ישראל הדרתו בעיר ואם בישראל בארא פארק, וועלכער קומט צו פארן קיין ארצינו הקדושה לפאר על ראש שמחתו, ביי די שמחת הבר מצוה פונעם ערשטן אור אייניקל ביים רבי'ן בשעה טובה ומוצלחת.


דאס קומט נאך עטליכע יאר וואס דער רבי האט נישט באזוכט אין ארץ ישראל בקרב עדת צאן מרעיתו, און בפרט שטייענדיג נאך שווערע חדשים וואס איז אריבער איבער דעם רבינ'ס מצב הבריאות, ווען אצינד טוט דער רבי שוין ב"ה עטוואס צוריקקומען צו די כוחות.


דעם מיטוואך וועט פארקומען די שמחת הבר מצוה פונעם ערשטן אור אייניקל ביים רבי'ן, אייניקל פון זיין איידעם הגה"צ ר' אשר ישעי' אייכענשטיין שליט"א רב חסידי ספינקא אין בני ברק, א זון פון זיין איידעם הרב מרדכי גראסמאן שליט"א. די שמחה וועט געפייערט ווערן בקול רנה ותודה והמון חוגג אין די זאלן שע"י בית הכנסת הגדול אין בני ברק במעמד קהל רב חסידים ואנשי מעשה.


יעצט מאנטאג אויפדערנאכט האט דער רבי זיך ארויסגעלאזט מביתו נאוה קודש אין בארא פארק אונטערוועגנס קיין ארץ ישראל, דער רבי וועט לאנדן בשערי ארץ הקודש מארגן דינסטאג מיטאג, און תיכף צופארן קיין בני ברק לבית האכסניא, וואו דער רבי וועט באזוכן בקרב חסידיו און דאווענען די תפילות בבית מדרשו אין שטאט.


קומענדיגן דאנערשטאג צומארגנס פון די בר מצוה, וועט דער רבי זיך ארויסלאזן אויפן וועג צוריק אהיים קיין ניו יארק.


כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך.

תגובות


bottom of page