top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חצר הקודש צאנז • טויזנטער צאן קדשים פארזאמלט ביי כינוס כללי 'פירותיך מתוקים' לרגל ט"ו בשבט

זונטאג פ' יתרו • י"ח שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: משה גאלדשטיין, ווידיאו קרעדיט: א. אייזנבאך


א גרויסער כינוס כללי 'פירותיך מתוקים' איז אפגעהאלטן געווארן בחצר הקודש צאנז דעם מיטוואך נאכמיטאג ערב חמשה עשר בשבט, וואו עס זענען זיך צוזאמגעקומען די אריבער 1500 קינדער פון די עלטערע כיתות אינעם תלמוד תורה נעץ 'דרכי אבות' צאנז איבער גאנץ ארץ הקודש. די מעמד איז פארגעקומען אינעם גרויסן היכל ראזנבערג אין קרית צאנז נתניה אין שפיץ פון כ''ק האדמו''ר מצאנז שליט''א, די קינדער האבן אינאיינעם געזינגען דעם ניגון 'ולבבו יבין ושב ורפא לו' וואס איז פארפאסט געווארן דורך כ''ק האדמו''ר מזוטשקא שליט''א, עס איז געהערט געווארן א דרשה פון המשפיע הרה''צ רבי חיים יצחק קאפ שליט''א, אין דערנאך האט די רבי משמיע געוועהן דברי תורה והדרכה לכבוד היום, אין דאן א לענגערע צייט פארטיילט פירות פאר אלע קינדער פון יעדער תלמוד תורה באזונדער מיט זייערע מחנכים אין מנהלים.


צומארגנס דאנערשטאג נאכמיטאג חמשה עשר בשבט האט די רבי שליט"א מעריך געוועהן שולחנו הטהור לכבוד היום אין פארטיילט פירות פאר די טויזנטער חסידים.



























Comments


bottom of page