מיטוואך פ' ויקרא • י' אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש
פילע תומכי ונגידי ראחמאסטריווקא לעיקוואד האבן מיטגעהאלטן א דערהויבענע שבת 'מקור הברכה' אין די לוקסריעזע וועסטמיניסטער האטעל אין ליווינגסטאן ניו דזשערסי, בצל הקודש פון כ''ק האדמו''ר מראחמיסטריווקא שליט''א פון לעיקוואד.
די נגידים און תומכים וואס שטייען לימין פון די מוסדות וואס בויעט זיך לשם ולתפארה זענען ערב שבת קודש אריין אפנעמען ברכת קדשו פונעם רבין שליט"א לקראת די דערהויבענע שבת און דערנאך האט מען געהערט עטליכע דרשות אריינצוגיין אינעם שבת מיט א התרוממות.
פאר קבלת שבת האט אויפגעטראטן דער מנהל המוסדות הרה"ח ר' הערשל ראוויצקי שליט"א וועלכע האט מקדם געוועהן בברכה אלע חשובע געסט און אויפגערופן הרה"ג ר' דוד בערגמאן שליט"א צו אנווארעמען דעם ציבור אויף שבת קודש.
ביי די מלכות'דיגע סעודה שבת ביינאכט האט גערעדט הרה"ג ר' ישראל זילבער שליט"א מנהל הת"ת איבער כוחו של אותו זקן הרה"ק מראחמאסטריווקא זצ"ל וואס זיין אור צושפרייט זיך יעצט אויף פילע שטעט און די שלשלת הקודש וואס האט זיך אנגעהויבן אין בארא פארק ציעט זיך ביז קיין לעיקוואד, דערנאך האט מען געהערט ווארעמע דיבורים פון הרה"צ ר' מרדכי רובין שליט"א חדב"ן.
ביים שלחן הטהור פרייטיג צונאכטס האט רבי מכבד געוועהן די קאפעליע מיט זינגען די זמירות אזוי אויך האט די רבי מכבד די חשובי העדה ביניהם הרה"ח ר' יהושע חיים קאסטען שליט"א משמש בקודש ביי אדמור"י בית ראחמיסטירווקא, הרבני הנגיד נעים זמירות הרה"ח ר' אביש בראדט און הרבני הנגיד ר יחיאל מיכל הלוי טויבער, די טיש האט זיך ממשיך געווען ביז די שפעטע נאכט שעות בניגוני דביקות והתעוררות.
שבת צופרי ביי קידושא רבא האט אויפגעטראטן הרה"ח ר' אליעזר יודא הכהן פאגעל שליט"א מנכ"ל כולל ראחמיסטריווקא בארא פארק און דערנאך הרה"ח ר' משה יהושע הכהן קראמער שליט"א מנכ"ל מוסדות החינוך ראחמיסטריווקא בארא פארק, נאך די קידושא רבא האט מען זיך ווידער צוזאמגעזעצט שבת אחים בעפאר די מיטאג טיש.
נאכן קידושא רבא בעפאר די שבת צופרי סעודה האט אויפגעטראטן צווישן אנדערע הרה"ג ר' יצחק ביסטריצקי מרבני באיאן ונשיא מקוה USA, נאכן דרשה האט ער מכבד געווען די רבי שליט"א צו רעדן די משא הקודש, די רבי שליט"א האט מיט נעימת לשונו גערעדט פרקי הדרכה און התבוננות וואס זענען נוגע פאר יעדן במשנתו ודרכו הבהירה פון אביו הגדול כ"ק מרן אדמו"ר מראחמאסטריווקא זצוק"ל, די רבי האט אפגעשטעלט די שמועס צו זיך גרייטן פאר סעודתא דעתיקא קדישא און ממשיך געווען די דברות קודש נאך די דערהויבענע שבת צופרי סעודה, ביים סעודה האט אויפגעטראטן הרה"ג ר' חיים בראדט שליט"א ר"מ בישיבת מאור התורה ב.פ. מיט פאסיגע דיבורים פאר אזא דערהויבענע שבת און די רבי שליט"א האט דערנאך מכבד געווען מיט בענטשן הרה"ח ר' הערשל ראוויצקי מנכ"ל המוסדות דלעיקוואד.
נאך א דערהויבענע שלש סעודות והבדלה איז מוצאי שבת קודש איז געפראוועט געווארן א פראכטפולע מלוה מלכה צוגעשטעלט לכבוד די נגידי ותומכי המוסדות מיט א הערליך רייכע פראגראם, ביים מלוה מלכה האט אויפטערויטן הרה"ח ר' הערשל ראוויצקי שליט"א מנכ"ל המוסדות און אויפגערופן הרה"ג ר' דוד בערגמאן שליט"א צו אנווארעמען דעם ציבור, אינמיטן זיין דרשה האט ר' דוד ארויפגערופן ר' הערשל און די רבי געשאנקן א זילבערנע מגילה האלטער אלץ אות הכרת הטוב פאר הרה"ח ר' הערשל ראוויצקי שליט"א די מנכ"ל המוסדות און די רבי האט מאציל געווען מברכותיו פארן זיך אזוי אוועקגעבן פאר די ראחמאסטריווקא מסודות.
דערנאך בצאתם מן השבת קודש זענען אלע נגידי המוסדות ומשתתפי השבת אדורך מיט פתקאות דרחמי און מיט שטרי שותפות, זיי האבן אפגענומען ברכת קדשו מיט א ספעציעלע מתנת קודש, כוס של ברכה פון רביה"ק מראחמאסטריווקא זיע"א, וואס וועט אוודאי משפיע זיין ברכת קודש פאר די אלע משתתפים.
Comments