top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעמד לחיים וקביעות מזוזה אויפן פערטער סאטמאר פלייש געשעפט אין וויליאמסבורג‎

דינסטאג פ' בשלח • י"ג שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש


דעם זונטאג פרשת בשלח איז פארגעקומען דער מעמד לחיים וקביעות מזוזה אויפ'ן נייעם פראכטפולן סאטמאר פלייש געשעפט אויף וואלאבאוט סטריט, דער פערטער לאקאל אין וויליאמסבורג, ווי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט געלייגט די מזוזה אויפ'ן הויפט אריינגאנג צום געשעפט.


עס זענען דארט אויך געווען אנוועזנד די חברי הנהלת הישיבה, הנהלת הפלייש געשעפט, הגה"צ אב"ד זענטא שליט"א, און הגה"צ רבי לייבוש פריעדמאן שליט"א דומ"ץ ביהמ''ד הגדול סאטמאר, און נאך. א לענגערע צייט זיך האט די רבי אומגעקוקט אויף די פולע איינריכטונגען און פראדוקטן פונעם פלייש געשעפט מיט די רבני ומשגיחי וועד הכשרות דקהל יטב לב.


דעם רבינס איידעם הרה"צ רבי אלעזר טייטלבוים שליט"א יו"ר מערכת הכשרות ד'סאטמאר האט אויפגעטרעטן מיט קורצע ווערטער, ארויסברענגענדיג די געוואלדיגע הידורים און חומרות וואס ליגט אין די סאטמארע פלייש. דערנאך האט די רבי שליט"א  געטרינקען לחיים און געטיילט שיריים פאר אלע אנוועזענדע, און געוואונטשן ברכות קדשו פאר אלע עוסקים במלאכת הקודש.


דער נייער בוטשער סטאר וועט זיך לויטן פלאן עפענען אין די נאנטע טעג הבעל"ט לשמחת לבם פון חסידי סאטמאר ותושבי וויליאמסבורג.


ויאכלו ענוים וישבעו



















Comments


bottom of page