top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בַּקְּשׁוּ רַחֲמִים • האד' מערלוי אריינגעפירט אין שפיטאל נאכן צוזאמפאלן ביי משפחה שמחה

מיטוואך פ' ויצא • ט' כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש


ויזעקו אל ה' בצר להם - לקיים בנו חכמי ישראל: יעצט אויפדערנאכט איז כ''ק האדמו''ר מערלוי שליט''א פלוצלינג צוזאמגעפאלן בשעת די חתונה פון אן אייניקל ביים ברודער הגה''צ אב''ד ערלוי בני ברק שליט''א וואס איז פארגעקומען אין זאלן פון בית ישראל אין ירושלים, די רבי שליט"א האט געהאלטן אינמיטן טאנצן ביי די חתונה, ווען אינמיטן האט די רבי אנגעהויבן שלעכט שפירן און איז צוזאמגעפאלן אויפן פלאץ, מען האט באלד אלאמירט די הצלה, אין די רבי שליט''א איז אריינגעפירט געווארן מיט אן אמבולאנס צו די הדסה שפיטאל אין ירושלים, וואו עס שטעלט זיך ארויס האט די רבי געליטן פון א לייכטער סטראוק.


כלל ישראל איז מתפלל לרפואתו השלימה פונעם רבי'ן מרן משה בן מרים בתוך שאר חולי ישראל.


*

די רבי שליט''א ביי שמחת חתן בשעת די ריקודין ביים חתונה א קורצע צייט איידערן צוזאמפאלן


bottom of page