מיטוואך פ' שלח • כ' סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש
מיט התרגשות של שמחה רישן זיך סקולענע חסידים און תושבי מאנסי צו די געהויבענע ימי בחצר הקודש סקולען, וואס וועט געפראוועט ווערן ברוב פאר והדר אויף א גרויסן און מלכות'דיגן פארנעם, מארגן דאנערשטאג שלח אויפדערנאכט, אין די גיגאנטישע פעסטונג פון "אודיטאריום החדש" אינערהאלב די נייע אולמי עטרת גינענדעל אין שטאט מאנסי.
עס וועט גיין אונטער די חופה הכלה טאכטער פון כ"ק אדמו"ר מסקולען מאנסי שליט"א איידעם ביי הגה"צ אב"ד טערצאל שליט"א מיט החתן בן הגה"צ רבי ישכר בעריש פרידמאן שליט"א אב"ד דקהל בית ישראל סידערהויסט בן הגה"צ אב"ד אולם שליט"א וחתן הגה"צ אב"ד פאפא ירושלים שליט"א.
שוין לענגערע וואכן ווערן שוין געמאכט די נוטיגע הכנות לקראת די גרויסע שמחה ווי די עסקנים לייגן אריין איבערמידליכע כוחות אז די חתונה אין די גאנצע ימי השמחה זאל אריבער גיין מיט הצלחה ווי עס פאסט פאר אזא דערהויבענע שמחת בית צדיקים. די זאלן ווערן פאכמאניש אויסגעשטעלט כדי יעדער זאל קענען מיטהאלטן די גאנצע ליל החתונה מהחל ועד כלה.
די מעמד קבלת פנים וועט זיך אנהייבן אום 6:00, די מעמד החופה בשעה 7:00 נאכגעפאלגט מיט די סעודת החתונה. די שמחת החתונה פאר די מענער וועט פארקומען אינעם אודיטאריום עטרת גינענדל שע"י בית אסתר דסאטמאר, און פאר די פרויען אינעם דערנעבענדיגן זאל עטרת חי' שרה. די רבי שליט"א וועט ערשיינעם צום שמחה בשעה 9:30, ברכת הזמון און מצוה טאנץ וועט זיין אום 11:30.
א ספעציעלע טראנספארטאציע אפאראט איז איינגעשטעלט געווארן, וואס וועט ברענגען דעם ציבור האלפים פון אלע היימישע געגנטער איבער גרעיטער ניו יארק. מחנות עסקנים רוישן איבער'ן גאנצן קאמפלעקס פון ביידע זאלן, אהערצושטעלן די מאקסימום פלאץ, און באזונדער אהערצושטעלן דעם שטח הגדול פארנט פונעם קאמפלעקס, פאר'ן מעמד החופה.
באזונדער גרייט מען זיך צו די דערהויבענע שבת של שמחה די שבת שבע ברכות וואס וועט פארקומען אין די נייע זאלן פון תפארת עלקא, וואו עס וועלן דארט פארקומען די תפלות סעודות אין לעכטיגע טישן, עס ווערט צוגעשטעלט אש"ל מלא פאר די פולע געסט וואס זענען ערווארטעט צו קומען מיט האלטן דעם לעכטיגן שבת.
ובכן צדיקים יראו וישמחו וישרים יעלוזו וחסידים ברנה יגילו
Comentarios