זונטאג פ' עקב • י"ד אב תשפ"ד | בחצרות הקודש
ביי חסידי בעלזא איז דאס געשפרעך פון טאג אן אייגנארטיגע שלום זכר וואס איז געפראוועט געווארן דעם שבת נחמו פאר אן אכט יעריג יונגל על פי עצתו אמונה פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א.
די געשיכטע האט זיך אפגעשפילט ביי א בעלזער אינגעמאן פון אשדוד, וועמענ'ס קינד האט זיך שטארק געמוטשעט מיט קריאה שוועריקייטן אין זיינע קינדער יארן, און נאכ'ן פרובירן אויף פארשידענע אופנים און טעראפיס איז נאך אלץ נישט בעסער געווארן, האט ער יעצט געפלאנט צו אפרייזן צו א גרויסן פראפעסאר מעבר לים מיט א האפענונג צו היילן דעם פראבלעם.
אריינגייענדיג זיך געזעגענען ביים בעלזער רב שליט"א, האט דער פאטער דערמאנט אז מען האט ביי דעם קינד נישט געהעריג אפגעראכטן א שלום זכר, נאכדעם וואס דאס קינד איז געבוירן אום יום טוב פסח, ווען מ'מישט זיך נישט, און צו דעם איז געווען זייער אנגעצויגן די צייט, און מ'האט נישט עספיעט צו מסדר זיין א שלום זכר.
האט דער בעלזער רב געזאגט פאר דעם יונגערמאן אז ער זאל באלד מאכן א שלום זכר, און דער פראבלעם וועט פון זיך אליינס אוועקגיין! פקודתו שמרה רוחו, און דער חסיד האט מודיע געווען פאר אלע ידידים ורעים אין שטאט אשדוד, איבער אן אייגנארטיגע שלום זכר וואס ער רעכט אפ פאר זיין אכט יעריג קינד, וואו פילע חסידים און גוטע פריינד זענען געקומען אפגעבן דעם ברכת מזל טוב!
Comments