top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 1 בפבר׳ 2024
  • זמן קריאה 5 דקות

עודכן: 2 בפבר׳ 2024


ree

דאנערשטאג פ' יתרו • כ"ב שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש


האדמו"ר מדושינסקיא אויפן פליגער קיין ניו יארק צו מבקר חולה זיין ביים שווער הגה"צ גאב"ד סיגעט שליט"א לרפו"ש.

ree

דער בארימטער בעל מנגן ר' מנחס מרדכי וועבער ביים שלום נעמען פון האדמו"ר מבוהוש ביים מעמד קבלת פנים אין שטאט וויליאמסבורג.

ree

האד' מסאטמאר אויפן וועג אהיים נאך שחרית פון בית המדרש קהל חסידים אין נארט מיאמי.

ree

כוס ישועות אשא • א הערליכע זילבערנע בעכער וואס האד' רבי דוד אבוחצירא האט געשיקט קיין אמעריקא לכבוד איש אמונו הנגיד ר' אברהם יודא גאלדבערגער לרגל השמחה במעונו, פרעזענטירט דורך הנגיד ר' אייזיק לעפקאוויטש ביי איינע פון די שבע ברכות די וואך.


פארלאפענעם וואך ביים טיש חמשה עשר בשבט איז האד' מסאדיגורה ירושלים ארויס אין א טאנץ מיט א קינד וואס האט זיך בחסדי שמים וואונדערליך ארויסגעדרייט פון א קאר עקסידענט.


הרה"צ ר' אהרן מרדכי רוקח בן האדמו"ר מבעלזא ביים שמחת השבע ברכות פון החתן זון פון הרב ישראל פרוש מעיאר פון שטאט אלעד אין א אייניקל פון העסקן הרב מאיר פרוש.

ree

הרה"צ רבי ישכר דוב רוקח בנו בכורו פון האד' ממכנובקא בעלזא אויף א באזוך די וואך ביי האד' מסקווירא מאנסי.

ree

האדמו"ר מדזיקוב וויז'ניץ אין א טאנץ ביים שמחת החתונה די וואך פון החתן א זון פונעם משב"ק הרב אפרים שעכטער, אנגעטוהן מיט שטיוול צוליב די שווערע וועטער אין ארץ ישראל.


מחה תמחה את זכר עמלק: האדמו"ר מראחמיסטריווקא ביי שלש סעודות די וואך מוצאי שבת בשלח - שירה.


האד' מירעסוסלב פארטיפט אין א שטיקל גמרא 'פון אונטער די קוליסן' ביים חתונה די וואך בחצר הקודש מכנובקא בעלזא.


הרב בנציון שטאנגער משב"ק מרן אדמו"ר מוויזניץ ביים שמחת השבע ברכות בבית העסקן הרב ישראל פרוש מעיאר פון שטאט אלעד.

ree

האד' מסקווירא ביים פארלאזן די חופה די וואך בשמחת בית סקווירא - ראחמיסטריווקא.


הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח בן האד' מבעלזא נאכן חופה די וואך בשמחת בית סקווירא - ראחמיסטריווקא.


האד' מבישטינא טאנצט מצוה טאנץ ביי א חתונה די וואך ביי איינע פון די מתפללים בבית מדרשו.


א הערליכע פרעזענטאציע איבער די פילע חשובע פעולות אין מעשי צדקה וחסד פון הנגיד ר' אברהם יודא גאלדבערגער לטובות הכלל פארגעשפילט די וואך ביים שמחת השבע ברכות לרגל נישואי בתו הכלה.


הגאון רבי משה הילל הירש שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקע ביים שרייבן חידושי תורה אויפן פליגער קיין אמעריקע.

ree

די נייע פראכטפולע צודעק פארן חופה לרגל שמחת בית סקווירא, אהערגעשטעלט דורך די בארימטע מלכות דזשודעיקא לרגל די חתונה פונען ערשטן איר אייניקל ביים סקווירא רבי'ן.

ree

הגאון רבי אליעזר יהודה פינקל ראש ישיבת מיר ביים אפווארטן די רענצלעך אינעם לופטפעלד אין ארץ ישראל נאכן קורצן באזוך אין ניו יארק לטובת הישיבה.

ree

ביים מלוה מלכה דעם מוצאי שבת פאר בחורי חסידי לעלוב, לקראת די יארצייט פון הרה''ק רבי אברהם שלמה מלעלוב זיע"א איז אפגעהאלטן געווארן א ספעציעלע פאנעל מיט די זקני החסידים איבער ''א שבת ביים רבי'ן'' וואו עס איז פארגעשטעלט געווארן פאר די בחורי חמד, דער טיש, בענקל אין די כלי קודש מיט וואס די רבי זצ"ל האט זיך באנוצט ביי די טישן, וואס האט געגעבן די בחורים א נענטערע בליק למען ידעו...

ree

9 בר מצוה בחורים האבן נעכטן תפילין געלייגט ביי הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח בן האד' מבעלזא בעת זיין קורצן באזוך אין בארא פארק.

ree

העסקן הנגיד ר' אברהם יעקב פרידמאן בקודש פנימה ביים פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך לרגל די בר המצווה פון א קינד. די גאון ביים מעיין זיין אינעם נייעם תהילים 'אך פרי תבואה' פון הרה''ק מליסקא זיע''א וואס ר' אברהם יעקב האט מוציא געוועהן לאור לכבוד די שמחה.

ree

האדמו"ר מסאטמאר האט די וואך ממנה געווען א "ועד הרבנים לעניני טעכנאלאגיע" צו שטיין אויף דער וואך אינעם קאמף מיט אלע פריש-אויפקומענדע טעכנאלאגישע ערפינדונגען לעמוד על משמרת הקודש.

ree

האדמו"ר מזועהיל אויף א שפאציר מיטן פעטער הגה"צ גאב"ד מאקווא אויף די גאסן פון קרית אתא.

ree

האדמו"ר מבאיאן ביים שמחת השבע ברכות פון החתן זוהן פון הרב ישראל פרוש ראש העיר אלעד א אייניקל פון העסקן הרב מאיר פרוש.

ree

א שיין בילד פון האדמו"ר מנאדבורנא באניא ביים איבערחזרן דאס פשעטיל מיט זיין צוויליג אייניקלעך, געציילטע שעות איידערן שמחת הבר מצוה אין שטאט לאנדאן.

ree

כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א באטראכט טליתו פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע מאוצרו הטוב פון הנגיד רבי שמעון ישראל פערלמוטטער.

ree

דער בארימטער עסקן הרב יונתן שווארץ ביים פארזינגען חרוזים ביים טיש חמשה עשר בשבט בצל המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א אין בית שמש.

ree

די מכתב תנחומים וואס כ"ק האדמו"ר מסקולען שליט"א האט אפגעשריבן צו כ"ק האדמו''ר מנאראל שליט"א על פטירת בנו הרה"צ רבי אברהם שפירא זצ"ל.

ree

האד' מספינקא אנטווערפען אין א ריקוד מיט הגה"צ גאב"ד אנטווערפען ביי די חתונה פון א אייניקל.


די ילדי ת"ת סערט ויז'ניץ אין חיפה האבן די וואך געלערנט די אות פ', לכבוד דעם לימוד האבן די מלמדים געלאזט רופן די "פייער לעשער".

ree

הרב שמעון וואלף קליין משב"ק האד' מבעלזא ווערט געזעהן זיך איינהאנדלען א נייעם שטריימעל ביי וויינער'ס שטריימלעך אין ירושלים.

ree

האדמו"ר מאשלג ווערט געזעהן אין רבי ישעי'לעס הויז אין קערעסטיר נאכן פוקד זיין דעם ציון הק'.

ree

ניו יארק סיטי מעיאר עריק עדעמס ביים בר מצוה די וואך לבן הנגיד ר' יואל פריעדמאן.

ree

הנגיד ר' פיניע ענגלאנדער ביים איבערגעבן די תרומת הקודש פון זיין פאטער הרבני הנגיד ר' אליש ענגלאנדער ביים קורצן באזוך פון האד' מוויז'ניץ דעם אנהייב וואך אין לאנדאן.

ree

הגה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח בן האדמו"ר מבעלזא שליט"א די וואך מוצאי שבת ביים זיך געזעגענען פון אביו הגדול איידערן ארויספארן בשליחות הקודש צו די גרויסע חתונה בחצרות סקווירא - ראחמיסטריווקא.

ree

לרגל די יארצייט פון הרבנית מרת יפה שטערנבוך ע"ה אשת חבר פונעם פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך זענען די קינדער הרבנים שליט''א ארויף לקברה אויפן הר הזיתים.

ree

האדמו''ר מנדבורנא באניא אויפן פליגער קיין לאנדאן לרגל די בר מצוה פון צווילינג אייניקלעך.

ree

באזונדערע היכלי לימוד איז אהערגעשטעלט געווען ביים דערהויבענעם 'שבת לדורותם' פאר די איבער 1000 יונגעלייט פון ק"ק סאטמאר-וויליאמסבורג.

ree

הגאון רבי ירוחם אולשין ראש ישיבת ביהמ''ד גבוה דלייקוואד ביים מקבל זיין את פני הגאון רבי משה הילל הירש שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקע ביים דינער לטובות ישיבת סלאבאדקע אינעם פראכטפולן מאריאט האטעל אין נוארק לופטפעלד אין ניו דזשערזי.

ree

הרה"צ ר' אהרן מרדכי רוקח בן האד' מבעלזא ביי תפילת מעריב בבית האכסניא אין שיכון סקווירא ביי הרב החסיד ר' יוסף סיגל הי"ו איידער די חתונה הגדולה בחצרות סקווירא - ראחמיסטריווקא.

ree

האד' הרה''צ רבי נחום ארי' סאפרין מקאמארנא ביי א חתונה די וואך אין קרית יואל לבן אחד מחסידיו.

ree

די מטבע קודש אין די פירות וואס חסידי סקווירא האבן ערהאלטן ביים טיש חמשה עשר בשבט אינאיינעם מיטן שמחת החתן מאהל פון די ערשטע איר אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.

ree

הגה"צ אב"ד ליעזש ראדוואן שליט"א פון לאנדאן, ביים וועכענטליכע שיעור פון האד' רבי יאשיהו פינטו אין מאנהעטן.

ree

באגריסונג פון חצר הקודש מעזיבוז לרגל די חתונה פון די חתן א ברודער פון האד' ממעזיבוז, זוהן פון האד' מראחוב.

ree

ree

קרישקעס וועכנטליכע מזל טוב'ס:


א ברכת מזל טוב פאר הרב שלמה רבינוביץ משב"ק כ"ק אדמו"ר מלויצק שליט"א, לרגל די בר מצווה פון זיין זון וואס קומט פאר היינט אין ירושלים.


א ברכת מזל טוב פאר הרב יול אלחנן פאפלאנאש משב"ק האדמו"ר מטאהש שליט"א, לרגל שמחת אירוסי בתו למזל טוב.

ree

א ברכת מזל טוב פאר החתן אליעזר קליין הויז בחור ביי כ"ק אדמו"ר בורשטין שליט"א, לרגל זיין שידוך שליסן די וואך בשעה טובה ומצלחת ולמזל טוב.

ree

תגובות


bottom of page