top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מצאנז קלויזנבורג באשיינט שבע ברכות בבית הרבני הנגיד ר' הערשל רייכמאן הי"ו

מיטוואך פ' שלח - כ"ה סיון תשפ"ג | קול בחצרות


פארגאנגענעם מאנטיג נאכט איז כ''ק האדמו''ר מצאנז קלויזנבורג שליט''א אנגעקומען צום שטוב פון הנגיד החסיד ר' הערשל רייכמאן הי"ו עמוד התווך פון קהילות ומוסדות צאנז קלויזענבורג ברחבי תבל, ווי די רבי האט באשיינט די שמחת השבע ברכות לרגל די חתונה פון אן אייניקל, צו די שבע ברכות זענען געלאדענט געווארן די ראשי ועסקני מוסדות צאנז קלויזנבורג, אנהייב פונעם שבע ברכות האט דער בעל אכסניא ר' הערשל רייכמאן אויפגעטראטן בשבח העסקנים וועלכע זענען משים לילות כימים פאר די הצלחה פון די מוסדות אין טוען דערמיט ממלא זיין רצון קדשו פונעם רבין שליט''א.


דערנאך איז די רבי שליט''א ערשינען אין אפגעראכטן א שולחן לחיים אין מאציל געוועהן מברכת קדשו פארן זיידן הנגיד ר' הערשל רייכמאן אין פארן מחותו הנגיד החסיד ר' טובי' ראזענבערג הי"ו ראש הקהל צאנז קלויזענבורג אין קרית צאנז לעיקוואד אין דערנאך משמיע געוועהן לענגערע דברות קודש ווי די רבי האט שטארק משבח געוועהן דער בעל האכסניא ר' הערשל וואס אויסער זיינע מעשי צדקה וחסד אין ער אליין א לומד תורה אין א מוקיר תורה אין האט זוכה געוועהן אז זיינע קינדער זענעו טאקע אויסגעוואקסן חושבע אינגעלייט בני תורה אין מסיים געוועהן בברכת קדשו. דערנאך האט זיך די רבי אויפגעשטעלט אויף א רקידה מיט די חתן אין מחותנים אין א באזונדערע ריקוד מיטן זיידן ר' הערשל.





bottom of page