top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אמא של מלכות: יארצייט פון הרבנית הצדקנית מפשעווארסק ע"ה ביי בנה יחידה האד' מפשעווארסק

  • לפני 3 ימים
  • זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג פ' אמור • י' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

פארלאפענעם וואך ערב ראש חודש אייר איז כ''ק האדמו''ר מפשעווארסק שליט''א ארויסגעפארן צום בית עלמין אין פיטטע האלאנד לרגל די יארצייט פון אמו הרבנית הצדקנית ע''ה מחברתו הטהורה פון הרה''ק רבי יענקעלע מפשעווארסק זי''ע וואס איז אויסגעפאלן כ"ט ניסן, דער רבי האט געצינדן ליכט, מען האט אויסגעזאגט ספר רביעי אין תהילים וואו עס האט געדינט אלס שליח ציבור בנו הרה"צ רבי מאיר נתן לייזער שליט"א.


נאך אמירת תהילים האט דער רבי פארגעלערנט משניות מקוואות לעילוי נשמתה. דערנאך האט זיך דער רבי משטתח געווען אויפן ציון און ביי די ציונים הק' פון אביו הרה''ק רבי יענקעלע אין זקינו הרה''ק רבי איציקל זי''ע, און דערנאך צוגעגאנגען צו די צוינים פון גיסו כ"ק גאב"ד פשעווארסק וויליאמסבורג זצ"ל און די שוועסטער הרבנית מספינקא אנטווערפען ע"ה אינדרויסן פון אהל.


לכבוד די יארצייט איז די צוגעגאנגען צו אלע תפילות פארן עמוד, און אזוי אויך שבת האט דער רבי געדינט אלס שליח ציבור צו מוסף און מעריב מוצאי שבת.



תגובות


bottom of page