top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מוסדות באבוב 45 אין יוניאן אריין אין מקח אויף נייעם גיגאנטישן בנין להרחבת גבולי הקדושה

  • לפני שעתיים (2)
  • זמן קריאה 2 דקות

פרייטאג פ' שופטים • א' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

חסידי באבוב 45 האבן מיט גרויס פרייד אויפגענומען די בשורה מרנינה איבער דעם הרחבת גבולי הקדושה פון די מוסדות הק' אינעם ישוב "יוניאן" אין ניו דשורזי, וואו מ'האט מצליח געווען אין א פרישן פראיעקט אויף א גיגאנטישן בנין אין צענטער פונעם ישוב, וואו עס וועלן בעזהשי"ת פלאצירט ווערן די תלמידי המוסדות לשם ולתפארת.

די באבוב 45'ער מוסדות אין יוניאן בליען און וואקסן לשם ולתפארת אונטער די הדרכה און הנהגה פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א, וואס עינו ולבו שם כל הימים, און מיטן כסדר'דיגן צופליס פון תושבי הישוב חסידי באבוב 45 וואקסן און בליען די מוסדות אלס מער און גרעסער.

אצינד האבן די געטרייע חברי הנהלת המוסדות מצליח געווען נאכן מקבל זיין ברכת קדשו פון רבי'ן שליט"א, אריינצושפרינגען אינעם פראיעקט אויף א נייעם גיגאנטישן צוויי שטאקיגער בנין אין צענטער פון די שטאט, מיט אזויפיל ווי 20,000 פוס גרויס, מיטן ציל דאס איינצורישן פאר די תלמידים פון די הייליגע מוסדות.

דער בנין געפונט זיך ממש אין צענטער פונעם ישוב, וואס וועט פארגרינגערן פאר די חשוב'ע עלטערן און תושבים, און וועט ערמעגליכן צו קענען אוועקשטעלן די יסודות פון די הייליגע מוסדות מיט א געוואלדיגן הרחבת הדעת.

גלייך נאכן איבערנעמען דעם בנין, האט מען אנגעהויבן אויסצוארבעטן די פלענער, און אין די נאנטע טעג גרייט מען זיך שוין אנצוהייבן מיט דער מלאכת הבנוי' אהערצושטעלן די קלאס-צימערן, אפיסעס, חדר האוכל און נאך.

לויט'ן פלאן האפט מען, אז בעזהשי"ת צום קומענדיגן ווינטער וועט מען שוין קענען באנייען דעם בנין החדש, וואו עס וועלן פלאצירט ווערן די תלמידות פונעם בית חינוך לבנות דחסידי באבוב 45, און דער איצטיגער בנין פונעם בית חינוך לבנות, וועט איבערגענומען ווערן דורך די תלמידי התלמוד תורה, וועלכע וועלן אלע צוגלייך געניסן פון דעם געוואלדיגן הרחבה וואס דער נייער בנין וועט אי"ה צוגעבן.

תגובות


bottom of page