top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בעבור אבותינו: ערשטמאליגע "נסיעה למקומות הקדושים" אין אייראפע ווערט אונטערגענומען דורך האד' מזוטשקא

לפני 24 שעות
זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פרשת לך לך • ט' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

מיט א היייליגע התרגשות האבן חסידי ומעריצי זוטשקא אויפגענומען די בשורה מרנינה אז כ"ק אדמו"ר מזוטשקא שליט"א גרייט זיך בעז"ה אונטערצונעמען א זעלטענע "מסע קודש" צו די קברי אבות ותלמידי בעש"ט הק' בארצות אייראפע, נאך העכער 20 יאר וואס דער רבי האט שוין נישט פוקד געווען די ציונים הקדושים בארץ המה אין אייראפע, און בכלל פארט דער רבי זעלטן ארויס פון ארץ ישראל.


די מסע קודש מיטן נאמען "מסע שערי שמים" ווערט אין א צייט ווען די בוי ארבעט ביים בית המדרש הגדול בית זוטשקא אין בני ברק מארשירט פאראויס, און ווי באקאנט האט דער רבי שליט"א גענומען דעם פראיעקט אלס משאת נפשו, און זייענדיג עוסק דערמיט בכל יום ובכל עת, און אצינד האט דער רבי באוויליגט אפצורעכטן די נסיעה אינאיינעם מיט די בוני הבית, דערמיט ארויסצואווייזן די פאסיגע אות הכרה פאר די נדיבים בעם וועלכע האבן שוין בייגעשטייערט זייער התחייבות פון זעכציג טויזנט שקל און ארויף פארן הקמת הבית, גלייכצטייג עפענט דאס א געלגנהייט פאר נאך אידן זיך אנצושליסן אינעם קאמפיין, און דערמיט זיין א טייל אין די היסטארישע מסע הקודש אשר לאו בכל יומא מיתרחיש.


מיט א באזונדערן עקסטאז האבן די חסידים אויפגענומען די זעלטענע בריוו וואס דער רבי האט געשריבן לכבוד די נסיעה, וואו ער ברענגט ארויס די שווערע לאסט וועלכע ליגט על כתפו, דער רבי שליט"א באדאנקט זיך פאר אלע נדיבים וואס האבן גענומען א חלק ביז אהער, און בעט זיך אויף ווייטער פאר די נדיבים בעם זיך אנצורופן מיט גרעסערע סכומים פארן נייעם ביהמ|ד הגדול, און עס איז זיכער אז די אבות הקדושים ביי וועמען מען גייט מתפלל זיין וועלן מכיר טוב זיין לכל העוזרים ומסייעים. דער רבי פירט אויס דעם בריוו מיט אן הבטחה אז די אלע וועלכע האבן זיך אגעשלאסן מיט גרעסערע געלטער למען הקמת הבנין, איז ער מבטיח אז זיי וועלן זוכה זיין צו זען "ישועות מזומנים", בני חיי מזוני וכל טוב סלה.


די מסע הקודש וועט אפגעראכטן ווערן פון דאנערשטאג פרשת חיי שרה ביז זונטאג פרשת תולדות, איינס פון די הויכפונקטן פון די נסיעה וועט זיין די עלי' לציון איז שטאט בישטינא מקום מנוחת קדשו פון הרה"ק רבי מרדכי'לע מנדבורנא זי"ע, אן ארט ווי דער רבי שליט"א האט נאך קיינמאל נישט פוקד געווען, און איז שטענדיג משתוקק לפקוד על ציונו הקודש. באותו מעמד וועט פארקומען די מעמד "קרעו שערי שמים", באגלייט מיט פרקי תהלים ופסוקי דרחמי וניגוני התעוררות, און עס וועט אראפגעלייגט ווערן על יד ציון קדשו די "פתקא טבא" מיט די נעמען פון אלע תומכים למען הקמת הבית הגדול והקדוש.


עס וועט נאכפאלגן מיט א גייסטרייכע שבת קודש אין אתרא קדישא ליזענסק, סמוך ונראה צום ציון הקדוש פון הרה"ק רבי אלימלך מליזענסק זי"ע. ערב שבת פארמיטאג, וועט מען מתפלל זיין ביים ציון קודש הקדשים ווי דער רבי שליט"א וועט אויפטרעטן מיט דברי הכנה והתעוררות ופסוקי דרחמי.


זונטאג אינדערפרי וועט מען פארן קיין רימנוב, ווי מען וועט אינאיינעם זאגן "פרשת המן", ביים ציון הק' פון הרה"ק רבי מנחם מענדיל מרימינוב זי"ע וואס האט ווי באקאנט משפיע געווען פרנסה 22 יאר נאכאנאנד דורכן זאגן תורה אויף פרשת המן מדי שבוע בשבוע.


דערנאך וועט מען אנקומען צום שטאט צאנז פוקד צו זיין מקום מנוחת קדשו פון הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע, און דערמיט וועט זיך שליסן די היסטארישע מסע הקודש ווי מען וועט זיך אהיימקערן קיין ארה"ק מיט פעק און זעק ישועות ורפואות וכל טוב סלה.



תגובות


bottom of page