למען הסדר הטוב: האד' מבעלזא וועט דאווענען אויף נייע פלאטפארמע ביים ארון הקודש דורכאויס די ימים הנוראים
- לפני 10 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
דאנערשטאג פ' כי תבא • י''ד אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

שטייענדיג סמוך ונראה צו די ימי הרחמים והסליחות און די ירח האיתנים הממשמשים ובאים, איז הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א, בנו יחידו פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, היינט פארמיטאג אריבער אינעם היכל ביהמ"ד הגדול אין קרית בעלזא און זיך אומגעקוקט פונדערנאנט אויף די אלע נייע אראנזשירונגען און פלענער לקראת די הייליגע טעג, באגלייט דורך די געטרייע עסקנים און הנהלת ביהמ"ד הגדול אין שפיץ פון העסקן הרה"ח ר' ירמי' דאמען הי"ו.
ספעציעל האט ער, בשליחות הקודש פון מרן אביו הגדול, באטראכט דעם נייעם אויסגעארבעטן פלאן וואס איז איינגעפירט געווארן היי יאר, לויט וועלכן דער רב שליט"א וועט אין לויף פון די תפילות ביי די הייליגע טעג זיצן אויף א ספעציעלער הויכע פלאטפארמע וואס וועט אויפגעשטעלט ווערן אויף די שטיגן פונעם ארון קודש, און אזוי ארום צוברענגען א געוואלדיגע דערלייכטערונג און הרחבת הדעת פאר די רבבות מתפללים חסידי בעלזא מכל מקומות מושבותיהם וואס לעכצן לשמוע אל הרינה ואל התפילה.
טראץ וואס דער רב שליט"א איז מקפיד געווענליך נישט צו משנה זיין דעם סדר הנהוג מקדמת דנא, איז דער רב נעתר געווארן צו די הפצרות פון די עסקנים צוליב דעם גרויסן צורך, און וועט שוין אויף דעם קומענדיגן א' סליחות זיצן אויף דעם הויכן פלאטפארמע ביים ארון הקודש, מיטן האפענונג צו קענען צופרידנשטעלן די טויזנטער חסידים.
צווישן די הויפט מעלות פונעם נייעם אויסשטעל איז צו פארמיידן א שטופעניש ארום דעם רב'ס קביעות'דיגע פלאץ וואס פלעגט שטארק שטערן דאס דאווענען פארן רב און פארן ציבור האלפים.
אזוי אויך וועט דער נייער איינפיר ערמעגליכן מען זאל קענען זעהן און מיטהאלטן פון אלע זייטן ארום דעם ריזיגן היכל הביהמ"ד, און קענען הערן קולו בקודש מיט א קלארקייט.
בשעת דעם באזוך היינט אין היכל האט הרה"צ רבי אהרן מרדכי שליט"א זיך אויך אומגעקוקט ביי אלע גאלעריעס און די פילע נייע איינריכטונגען וואס ווערן צוגעלייגט אין אלע פליגלען פונעם ביהמ"ד לרווחת די טויזנטער חסידים.









תגובות