סיום ימי השובבים: אברכי חסידי סאסוב מיטגעהאלטן סדר לימוד ותיקון שובבי"ם דורך האד' מסאסוב
- 17 בפבר׳
- זמן קריאה 2 דקות
דינסטאג פ' תרומה • ל' שבט | בחצרות הקודש

לרגל סיום ימי השובבים איז אין חצר הקודש סאסוב אפגעראכטן געווארן א געהויבענער סדר לימוד שעות רצופות פאר אלע אברכי הקהילה, אלס הכנה דרבה צום מעמד תיקון שובבי"ם דעם ערב שב"ק משפטים נאך חצות היום, אינעם עת רצון ומסוגל לתשובה ולתיקון המעשים.
דער סדר איז פאררופן געווארן לויט דער קריאת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א, וועלכער האט גערופן די אינגעלייט פון די חבורות אין אלע שטעט מיטצוהאלטן דעם סדר לימוד פון דריי שעה רצופות. די אינגעלייט האבן זיך צוזאמגעזעצט אין ביהמ"ד הגדול סאסוב אין קרית ישמח משה, אין חברותות, און זיך אריינגעטון אין לימוד התורה מיט א זעלטענע התמדה ויגיעה עצומה. דער רבי שליט"א אליין האט זיך אויך משתתף געווען אין דעם סדר, און במשך די גאנצע דריי שעה געלערנט בחברותא מיט איינעם פון די אינגעלייט, דינענדיג אלס א מוסטער און א וועגווייזער פאר די אברכים חשובים.
נאכן סדר האט דער רבי שליט"א איבערגעגעבן א שיעור בעניני דיומא, דברי חיזוק והתעוררות איבער די קדושת הימים פון שובבים. דערנאך איז אפגעהאלטן געווארן א שיינער ליל שישי זיץ, אנגעפירט דורך הגה"צ רבי יעקב לייפער שליט"א ראש ישיבת פיטסבורג.
אויפצומארגנס ביום שישי האבן זיך די אינגעלייט מצטרף געווען צום קביעות'דיגן מנין תיקון השובבים וואס ווערט אפגעראכטן יעדע ערב שבת פון די שובבים וואכן אין בית המדרש סאסוב אין בני ברק, און ווערט מיטגעהאלטן דורך רבנים, מקובלים און בני עלי' פון איבער די גאנצע שטאט. דער רבי שליט"א איז אליין געווען שליח ציבור, און האט אפגעראכטן דעם תיקון על פי הקבלה, לויטן סדר הרש"ש.
נאכן מעמד האט מען געבלאזן שופר און עס איז אפגעהאלטן געווארן א מושב בית דין וואו עס ווערט געברענגט פונעם הייליגן רש"ש, וואס דאס האט צוגעגעבן א באזונדערע התעוררות אין די משתתפים. נאכן מעמד איז געווען צוגעשטעלט מיני טעימה אויסצופאסטן פונעם תענית שובבי"ם.

























תגובות