קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
- Bechatzros admin
- לפני כמה שניות
- זמן קריאה 6 דקות

דאנערשטאג פ' יתרו י"ח שבט | בחצרות הקודש
מי שטרח בערב שבת: כ"ק אדמו"ר מהרי"ד מלעלוב זצ"ל ווערט געזען געציילטע וואכן צוריק אין א גראסערי איינקויפן לכבוד שבת קודש, כאיש מן השורה.

האדמו"ר מסאדיגורא ווערט געזעהן ביים שמחת החתונה פונעם שוואגער החתן זון פונעם שווער הגה"צ רבי אשר חיים שטערנבוך אבד"ק אהל יעקב אנטווערפען, ביים מיטהאלטן די ריקודין כאחד האדם.
האדמו"ר מצאנז קלויזענבורג ביים באטראכטן בילדער פון די נייע ביהמ״ד דחסידי צאנז קלויזענבורג שכונת בעיטס אין מאנסי מיט די געטרייע בונה ומקים און גבאי הביהמ״ד העסקן ר׳ משה פעלבערבוים הי"ו.
האדמו"ר מתולדות יהודה ווערט באמערקט אינעם קענעדי לופטפעלד איידערן זיך ארויסלאזן אויף א נסיעה צו די קברי אבות אין אייראפע מיט די נגידים מייסדי הישיבה הקדושה תולדות יהודה.
ביי תפילת שחרית אויפן פליגער אינאיינעם מיט די משתתפי הנסיעה.
האדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה ביים ברכת שהחיינו אויף די פירות ביים טיש חמשה עשר בשבט, וואס דער רבי האט געזאגט שטייענדיגערהייט כמנהג אבותיו.
האדמו"ר מזוועהיל ביים ווארפן עפיל בשעתן טיש לכבוד חמשה עשר בשבט אינאיינעם מיטן שבע ברכות לרגל די חתונה פון בנו החתן.

אויך האדמו"ר מלעלוב פון בארא פארק האט היי יאר געווארפן עפיל בשעתן טיש לכבוד חמשה עשה בשבט ראש השנה לאילן.
העסקן ר' יוסי דייטש הי"ו מערקט קרישקעס אין א שמועס מיט האדמו"ר מזוועהיל ירושלים ביי א שבע ברכות פון א אייניקל אין ביהמ"ד אור החיים אין ירושלים.

המשפיע הגה"צ רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א ראש חבורת נחלת יעקב שפאצירט אנכאפנדיג זיין איידעם הרה"צ ר' אשר ישעי' הורוויץ שליט"א, מייסד מוסד "הנה באוהל" נאך א מעמד קביעת מזוזה בתוככי המוסד.


הרה"ג ר' שלמה זלמן פריעדמאן אבד"ק סאנטוב בעל "נועם שיח" טאנצט דעם "יש בורא עולם" טאנץ, מיט'ן פייטשיילע אין די האנט, כדרכו בקודש פון רבו האדמו"ר מוויזניץ.

הרה"ח ר' יעקב אהרן ווערצבערגער הי"ו משב"ק הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זצ"ל ביים ערהאלטן פירות פון האדמו"ר מסערט וויזניץ נאכן חמשה עשר טיש אין רמת וויזניץ - חיפה.

האדמו"ר מפינסק קארלין איז מנחם אבל ביי האדמו"ר מלעלוב עזרת תורה נאך די פטירה פון אחיו הגדול האדמו"ר מהרי"ד מלעלוב זצ"ל.

הרה"צ רבי יואל זוסמאן ראזנבוים האדמו"ר מקרעטשניף סיגעט מאנטריאל ביים ערהאלטן פירות פון האדמו"ר מטאהש ביים טיש לכבוד חמשה עשר בשבט.

האדמו"ר מוויזניץ קייאמישע ווערט געזעהן אינעם מערה פון התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי אין מירון ארומגענומען מיט חסידים.

הרה"צ רבי יעקב יוסף טווערסקי שליט"א בן האדמו"ר מסקווירא אין א ריקוד מיט הרבני הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו ביים שבע ברכות וואס דער נדיב האט צוגעשטעלט לכבוד די שמחה בבית אחיו הרה"ג ר' משה לאנדא שליט"א מיאמפאלא.
ווארעמע באגעגעניש אין א קאלטע ווינטער נאכט אין בארא פארק צווישן האדמור"ים מבאבוב 45 און ליסקא.
הגה"צ אבד"ק סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א און הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א בני האדמור"ים מסאטמאר זענען אינאיינעם דן בענינים העומדים על הפרק ביים אסיפה נחוצה פאררופן דורך ועד הקהילות לעניני טעכנאלאגיע, היינטיגן ליל שישי אין ניו דזשערזי.

האדמו"ר מבישטינא ביים טאנצן דער "ברודער טאנץ" מיטן ברודער הרה"צ רבי חיים ברוך לייפער שליט"א מבישטינא קרית טאהש ביי די חתונה פון זיינס אן אייניקל.
האדמו"ר מצאנז ביי תפילת שחרית דעם זונטאג צופרי אינעם טערמינאל פונעם קענעדי לופטפעלד וואו דער רבי האט זיך אויפגעהאלטן פון מוצאי שבת צוליב א פארשפעטיגונג פון עטליכע שעה צוליב א מעכאנישע פראבלעם מיטן פליגער.
האדמו"ר מלעלוב ירושלים אויף א באזוך די וואך אין שטוב פונעם רוסישער הויפט רב הגאון רבי בערל לאזאר שליט"א אין מאסקעווע וואו דער רבי איז צוגאסט די טעג לטובת מוסדותיו.
ענדלאזע שורה פון פירות ביים שולחן הטהור לכבוד חמשה עשר בשבט בחצר הקודש סאטמאר.

האדמו"ר מבישטינא ביי קידוש לבנה מוצאי שבת נאכן דערהויבענעם שבת שירה וואס דער רבי האט געפראוועט אין שטאט וויליאמסבורג.
ביים מלוה מלכה שפעטער מוצאי שבת בתופים ומחולות אין די זאלן אין זאל פון גינת אסתר.
האדמו"ר מספינקא זינגט דעם באקאנטן זמר אויף אל אדון בשעת די סעודת החתונה פון נכדתו הכלה בעת עס האט באשיינט די שמחה די פעטער מצד החתן האדמו"ר מצאנז.
לית אתר פנוי מיניה: טעימה פון איינע פון די הייליגע משתה היין טישן ביי כ"ק אדמו"ר מהרי"ד מלעלוב זצ"ל וועלכער איז די וואך פלוצלינג נסתלק געווארן.
אידן צעכאפן זיך אויף די באקאנטער "אראק" משקה ווי דער באקאנטער סגולה אינעם יארצייט פון הרה"ק רבי יצחק אבוחצירא זצ"ל וואס איז אויסגעפאלן די וואך.
האדמו"ר מצאנז ביים אהיימקומען דעם זונטאג נאכט למעון קדשו אין קרית צאנז נתני' נאכן לענגערע מסע הקודש אין אמעריקא, ווערנדיג אפגעווארט דורך הונדערטער חסידים.
האדמו"ר ממעזיבוז ביים מקיים זיין דעם מנהג המקובל צו טרונקן אראק אינעם יארצייט פון הרה"ק רבי יצחק אבוחצירא זצ"ל וואס איז אויסגעפאלן די וואך.

שורות שורות פון טויזנטער תינוקת של בית רבן רינגס און ארום דעם גאנצן בנין הת"ת "בנין גאלדבערגער" ד'סאטמאר - קרית יואל אפצוגעבן דעם כבוד האחרון פארן בונה ומקים הבנין הנגיד ר' ישראל דוב גאלדבערגער ע"ה.

האדמו"ר ממעזיבוז מיט טרעפליכע דבר הערכה נאך די הסתלקות פון כ"ק אדמו"ר מהרי"ד מלעלוב זצ"ל.
הרה"ג ר' יוסף צבי ברייאר שליט"א ראש ישיבה קטנה בעלזא אין בית חלקיה און בארימטער מלחין בחצר הקודש בעלזא ביים ארויסבאגלייטן דעם ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא נאך א באזוך אין די ישיבה.

די ברידער הרה"צ רבי אהרן מענדיל און הרה"צ רבי חיים מאיר טווערסקי בני האדמו"ר מסקווירא ביים מנחם אבל זיין די קינדער פון הנגיד ר' ישראל דוב גאלדבערגער ע"ה אין קרית יואל.

האדמו"ר מדעעש וואונטשט זיין אייניקל הרב חיים מאיר רוקח נכד האדמו"ר מבעלזא ביי א משפחה שמחה די וואך.

האדמו"ר מספינקא אין א ריקוד מיט ש"ב הרה"צ רבי ישראל האגער שליט"א בן האדמו"ר מוויזניץ בארא פארק ביי די שמחת החתונה פון א אייניקל די וואך.

העסקן הרב מאיר פרוש באגריסט האדמו"ר מצאנז ביי א שמחה די וואך אין בני ברק.

האדמו"ר מצאנז איז עוסק בתורה אויפן עראפלאן אהיים קיין ארץ ישראל נאכן לענגערע באזוך אין ניו יארק.

העסקן הרב מאטי בבציק מנאמני ביתו פון האדמו"ר מגור ביין באגריסן האדמו"ר מתולדות אהרן אנקומענדיג זיך משתתף זיין ביים שמחת השבע ברכות די וואך בחצר הקודש גור.

האדמו"ר מסאדיגורא איז זיך משתתף ביים לוויה פונעם זקן ראשי הישיבות הגאון האדיר רבי אליקים שלעזינגער זצ"ל אין לאנדאן.

האדמו"ר מסאטמאר ווערט געזעהן אינעם ווארטזאל פונעם פריוואטן טערמינאל אינעם לופטפעלד אין נארט מיאמי פלארידא איידערן אפרייזן קיין ניו יארק מנחם אבל צו זיין ביי משפ' גאלדבערגער שיחי'.

א משלחת רבני חב"ד בקודש פנימה ביי האדמו"ר מסקווירא מקבל צו זיין ברכת קדשו צום גראנדיעזן סיום הרמב"ם די וואך, צווישן די חברי המשלחת איז דעם רבינס קרוב, המשפיע הרה"צ רבי נחמן יוסף טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא זצ"ל.

האדמו"ר ממבקשי השם אין א פייערדיגן ריקוד ביים פירות טיש דעם ט"ו בשבט ראש השנה לאילנות.

האדמו"ר מאונגוואר ביים מיטהאלטן דעם טיש לכבוד חמשה עשר בשבט ביים ברודער האדמו"ר מאונגוואר אין ירושלים, זייענדיג צוגאסט די טעג אין ארה"ק.

הרב יעקב גרוסבארד לאנגיעריגער משמש קודש ביים אומפארגעסליכן ראש הישיבה הגרב"מ אזרחי זצ"ל מערקט "קרישקעס" אויפן ציון הק' במרומי הר הזיתים לקראת די שמחת בר המצוה פון זיין זון.

האדמו"ר מסקולען ירושלים באזוכט אין די טשארטקובער קלויז אין מאנטשעסטער, אין א שמועס מיטן רב הביהמ"ד הרה"צ ר' ישראל פריעדמאן שליט"א מטשארטקוב.

אייגנארטיגע מודעה וואס הגאון האדיר רבי אליקים שלעזינגער זצ"ל ראש ישיבת הרמה האט ארויסגעשטעלט בפתח ביתו נאך די פטירה פון די רעבעצען, ווען ער האט איבערגענומען די ווירטשאפט אין שטוב, וז"ל: דער פראנט גארטן איז נישט א דאספען! ווער זאל צוזאמעננעמען דעם מיסט און ציגארעטען? נישט דא!

המקובל הגה''צ רבי דב קוק שליט"א פון טבריה ביים ערהאלטן דעם נייעם ספר מי הדעת, זכרונות פון די גדולי הדורות ארויסגעגעבן דורך הגאון רבי מאיר הייזלער שליט''א ראש ישיבת קובנא.

האדמו"ר מסערט וויזניץ אין א ליבליכע שמועס מיט הרה"ח ר' זכריה ברוך קליין לרפו"ש די געוועזענער אייגנטומער פון די היימישע רעסטוראנט אין חיפה.

די ברידער הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א און הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א אין א שמועס מיט הרב משה אלי' עסטרייכער הי"ו אדמיניסטראטער פון די סאטמארע מוסדות אין קרית יואל ביים לוויה פון הרבני הנגיד ר' ישראל דוב גאלדבערגער ז"ל אין קרית יואל.

האדמו"ר מסאדיגורא איז משמיע דברות קודש ביים מעמד קבלת פנים לכבודו אינעם ביהמ"ד המרכזי דחסידי בעלזא אין לאנדאן.
האדמו"ר מלעלוב שטופט זיך צווישן די נושאי המיטה פונעם פעטער כ"ק אדמו"ר מהרי"ד מלעלוב זצוק"ל ביים מסע הלוויה אין ירושלים.

אז ישיר, ויאמרו לאמר... : דער בישטענער רבי שליט"א פון פתח תקוה מיט זיין ברודער הרה"צ רבי חיים ברוך לייפער שליט"א מבישטינא פון קרית טאהש ווערן באמערקט זינגען אינאיינעם אלטע חסידישע תנועות מיט'ן מוזיקאנט ר' מאיר אדלער הי"ו ביי די חתונה די וואך בבית יאמפאלא דעלאטין.
דער צוואה פונעם הייליגן חפץ חיים זי"ע ארויסגעשטעלט אויף ליציטאציע דורך די "גנזים" ליציטאציע הויז.

דער אלעמען באקאנטער ר' וועלוול שמעלצער ביים ערהאלטן פירות פון הגה"צ רבי מרדכי שטיינער שליט"א אבד"ק בית מרדכי ביים פירות טיש לכבוד חמשה עשר בשבט אין מיאמי פלארידא.

נאך ביים פירות טיש ראש השנה לאילנות בצילו פון הגה"צ אבד"ק בית מרדכי שליט"א: הגה"צ רבי אברהם יצחק וואלפסאן אבד"ק אמונת ישראל מאנסי און הנגידים ר' יוסל טאבאק און ר' משה שמואל זופניק.

האדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה באשיינט ביים שמחת החתונה בבית מקורבו העסקן ר' בערל פריעד הי"ו פון צפת.
לעבעדיגע ריקודין ביים חתונה בחצר הקודש תולדות אברהם יצחק אין שטאט ביתר.

וישם את ידו ויברכהו: דער פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א ביים בענטשן דעם עומד בראש פונעם מוסד קרן הצלה הנגיד ר' שלמה יוסף וואלדמאן שליט"א.

נשבעה מטוב חציר"ך: אידן פון אלע שיכטן ווערן געזען מקיים זיין דעם מנהג פון עסן פירות לכבוד חמשה עשר בשבט אינעם חצר באתרא קדישא מירון צוגעשטעלט דורך הכנסת אורחים רשב"י.

בהוראת הקודש פון האדמו"ר מסקווירא איז אפגערופן געווארן די געפלאנטער מעמד חנוכת הבית פארן נייעם ביהמ"ד דחסידי סקווירא אין רמה ד' בית שמש, צוליב די אנגעצויגענע מצב אין ארץ ישראל אויס מורא פון א מלחמה מיט איראן.

*** די מערכת וואונטשט א ברכת מזל טוב לדידינו הרה"ח ר' בנציון שלמ ציטראנענבוים הי"ו מעסקני חצר הקודש באבוב לרגל הולדת בתו למזל טוב.


