top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

טויזנטער חסידים מיטגעהאלטן שמחת הנישואין פון נכדי האד' מתולדות אהרן און אחיו ראש ישיבת תולדות אהרן

  • 28 במאי
  • זמן קריאה 3 דקות

דאנערשטאג פ' נשא ב' • י''ב סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר/שלום קרויס

מיט אומגעהויערע רגשי קודש און התרוממות הנפש האבן טויזנטער חסידי תולדות אהרן מכל מקומות מושבותיהם זוכה געווען מיטצולעבן די געהויבענע שמחה כפולה בחצר הקודש, די שמחת הנישואין פון בשותפותדיגע אייניקלעך ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א און זיין ברודער הגה"צ ראש ישיבת תולדות אהרן שליט"א, וואס איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול תולדות אהרן אין ירושלים.


עס איז געגאנגען אונטער די חופה דער חתן, א זון פון הרה"צ ר' ישראל יוסף קאהן שליט"א ראש הכוללים באר יוסף, בנו הגדול פונעם רבי'ן און איידעם ביי הרה"ג ר' נטע פערל שליט"א ראש הכולל שער השמים טבריה, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"צ ר' יוסף קאהן שליט"א ראש ישיבת עטרת אברהם, זון פון הגה"צ ראש ישיבת תולדות אהרן שליט"א און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א.


צוליב די שווערע לחץ זו הדחק וואס האט געהערשט ביי די לעצטערע שמחות, האט די וועד השמחה איינגעפירט פרישע שינויים לטובת הציבור, ווען דער מעמד החופה איז אפגעראכטן געווארן אויפן הויפט גאס "שבטי ישראל", כדי צו געבן פלאץ פאר די פילע טויזנטער אנשים נשים וטף מיטצוהאלטן די דערהויבענע מאמענטן.


דער היכל הביהמ"ד הגדול איז געווען אויסגעשטעלט מיט פרישע הונדערטער פלעצער אויף די הויכשטאקיגע פארענטשעס, צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור, ספעציעל האבן זיך אנגעזען פילע געסט מעבר לים וואס זענען פארבליבן נאכן יום טוב שבועות במחיצת הקודש, און באזונדער פילע נגידים און תומכים פונעם רשת הכוללים באר יוסף וואס זענען געקומען זיך מיטצופרייען בשמחתו פונעם געהויבענעם מחותן הרה"צ ר' ישראל יוסף שליט"א.


צום באשטימטן זמן זענען די אדמורי"ם שליט"א ערשינען צום מעמד הקבלת פנים ביי וועלכן מען האט געזינגען ניגוני התעוררות און געהערט דברי כיבושין לעורר הלבבות, ביים מעמד החופה איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין דער ראש בית אב כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, עדי קידושין הגאון רבי אהרן בראנסדארפער שליט"א חבר הבד"ץ העדה החרדית און הגאון רבי רפאל סאקס דומ"ץ הקהילה, קריאת הכתובה דער פעטער כ"ק אדמו"ר מקאלאשין שליט"א, ברכות ראשונות דער זיידע כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א, און מיט ברכה אחריתא דער זיידע הגה"צ ראש ישיבת תולדות אהרן שליט"א, נאכן חופה האבן די זיידעס האדמורי"ם ממשכנות הרועים און תולדות אהרן אנגעוואונטשן מברכותיהם הטהורות פארן גאנצן ציבור, און מען האט זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגן מחול לצדיקים.


דער ציבור האט מיסב געווען צום סעודת החתונה אין באזונדערע זאלן איש על מחנהו ואיש על דגלו, באזונדער איז געווען אהערגעשטעלט די סעודת החתונה פאר הונדערטער אברכי רשת הכוללים באר יוסף, דערנאך זענען פארגעקומען ריקודין של שמחה אינעם היכל ביהמ"ד הגדול.


א ספעציעלע התרגשות איז געווען די ערשיינונג פון המשפיע הגה"צ רבי נחמן בידרמאן שליט"א מלעלוב, א מחותן מצד החתן, וועלכער האט אויף זיין אייגנארטיגן שטייגער אנגעפירט די ריקודין און משמח געווען מיט גרויס התלהבות.


אום 11:30 איז האדמו"ר מתולדות אהרן ערשינען צו די שמחה לקול תרועת הזמר, דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה, געוואנטשן לחיים און די גאנצע ציבור איז דורך וואנטשן מזל טוב, צווישן די אדמורי"ם ורבנים וואס זענען געקומען וואנטשן מזל טוב האבן זיך אנגעזען האדמורי"ם מדושינסקיא, קהל חסידי ירושלים, לעלוב ירושלים, פאריסוב, און זידיטשוב בני ברק.


מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן דער זיידע הגה"ח ר' נטע פערל שליט"א, מיט די שבע ברכות דער פעטער האדמו"ר מנחלת אהרן, און מיט ברכה אחריתא דער פעטער הרה"צ ר' אברהם ראבינאוויטש שליט"א בנו הגדול פון האדמו"ר ממשכנות הרועים.


באישון ליל האט מען צוגעטרויטן צום מעמד המצווה טאנץ, צום ערשט האט דער זיידע כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א אפגעראכטן די עבודת הריקודין, דערנאך דער זיידע הגה"צ ראש ישיבת תולדות אהרן שליט''א, און דערנאך די ריקודין עילאין פונעם רבין שליט"א, אנגעהויבן מיט ניגוני התעוררות ודביקות און פלאם-פייערדיגע דברות קודש כהכנה דרבה.


טראץ דעם וואס עס איז געווען קענטיג א שוואכקייט אויפן רבי'ן דורכאויס די שמחה, האט ער זיך אנגעשטרענגט למעלה מכוחותיו און געטאנצן מיט אן אש קודש לפני הכלה פאר ארום א שעה צייט. א באזונדערע רגש האט ארומגענומען דעם עולם ווען מ'האט געזינגען "אין עוד מלבדו" און "אין כאלוקינו", און דער רבי איז ארומגעטאנצן דעם ביהמ"ד מיט גרויס דביקות. דאן איז די רבי געטאנצן מיט זיין ברודער דער ראש ישיבה שליט"א, און דערנאך מיט בנו הגדול הרה"צ רבי ישראל יוסף שליט"א און מיט אלע צאצאים זרע ברך ה'. צום שלוס האט דער רבי געזעגנט דעם ציבור מיט ווארעמע ברכות מיטצונעמען אלע השפעות טובות, און אלע זאלן אהיימפארן לחיים ולשלום.


די שמחה האט זיך פארצויגן ביז נאכן עלות השחר, נאך די ריקודין פון אלע זיידעס מחותנים און חתן לפני הכלה, ווען דער ציבור איז זיך צוגאנגען אנגעפילט מיט רגשי קודש און שמחה.



תגובות


bottom of page