top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

עסקני ק"ק באבוב 45 ערהאלטן נויטיגע פערמיטן אויפצובויען מאסיוון ביהמ"ד הגדול אין בארא פארק

מיטוואך פ' תולדות • ב' כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש


מיט פרייד האבן טויזענטער תלמידי וחסידי באבוב 45 אויפגענומען די פרייליכע בשורה מטעם די וועד קרן הבנין פון ביהמ"ד הגדול והחדש מרכז העולמי דחסידי באבוב 45 אין צענטער פון שטאט בארא פארק, אז נאך לענגערע חדשים פון פלאג און הארעוואניע, איז היינט ראש חודש כסלו ביום שנכפל בו כי טוב, ענדגילטיג אפראווט געווארן די לעגאלע חלק אויפצובויען דעם מאסיוון בנין בית המדרש החדש והמפואר. ווי באקאנט פארלאנגט די רעגירונג א ספעציעלע פערמיט ארויפצובויען אין דער הייעך, אויסער די עצם אפראוועל פון בויען א בנין.

ווען די בוי ארבעט ביים נייעם בנין האט שוין געהאלטן העכער די ערד, האט מען איינגעגעבן אין די ביוראקראטישע אפיסעס די פלענער ארויפצובויען דעם נייעם הערליכן בנין, ווען אויף ביזדערווייל האט דער לאקאלער מעיאר געגעבן זיין צוזאג אז מ'קען רואיג בויען, און אין די נאנטע צוקונפט וועט מען ערהאלטן די נויטיגע אפראוועלס. היינט ראש חודש איז טאקע אנגעקומען די גינסטיגע נייעס, אז די עסקני וועד קרן הבנין האבן אין א מזל'דיגע שעה ערהאלטן די נויטיגע פערמיטן צו פאראויס גיין און פארענדיגן דעם הערליכן בנין המפואר, מיטן האפענונג אז כאשר זכינו לסדר אותו, כן נזכה לעשותו.

bottom of page