top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 8 בפבר׳ 2024
  • זמן קריאה 4 דקות

עודכן: 8 בפבר׳ 2024


ree

דאנערשטאג פ' משפטים • כ"ט שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש


במקום גדולתו אתה מוצא ענוותנותו • האד' מדושינסקיא ביים מטיב זיין די נירות ביים עמוד אין סיגעיטער ביהמ"ד וואו די רבי וויילט די טעג.

ree

אין די שפעטע נאכט שעות האט קרישקעס באמערקט די דושינסקיא רבי ביים עוסק זיין בתורה מיט גרויס התמדה.

ree

די אייניקלעך פון האד' מוויז'ניץ ביים שלום נעמען דעם ערב שבת בבית האכסניא אין מאנסי

ree

אויפן אויבן אן ביים חתונה הגדולה בשמחת בית סקווירא - ראחמיסטריווקא, ווערט געזעהן: הרה"צ רבי אהרן מענדל טווערסקי בנו בכורו פון האד' מסקווירא, הגה''צ אבד''ק סאטמאר וויליאמסבורג בנו בכורו פון האד' מסאטמאר, הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח בנו יחידו פון האד' מבעלזא, אין הרה"צ רבי ישכר דוב רוקח בנו בכורו פון האד' ממכנובקא בעלזא.

ree

האד' מאשלג געזעגענט איינע פון די חסידים ביים פארלאזן ארץ ישראל לויט די הוראת הקודש פון רבי'ן שליט"א צוליב די סכנה אין ארץ ישראל.


האד' מצאנז קלויזנבורג באטייליגט זיך ביים שמחת הבר מצוה לבן מקורבו העסקן הנמרץ הרה"ח ר' ברוך מרדכי ווייסבערג הי"ו.

ree

דער מעל מנגן ר' מרדכי אילאוויטש ביים משמח זיין ביי די ספעציעלער שבע ברכת די וואך בחצר הקודש סקווירא געאייגענט פאר די יתומים פון די קהילה.


דער פאטאגראפירער ר' אבי סורקיס ביים מקבל זיין ברכת הקודש פון מרן אדמו"ר מוויז'ניץ וויילענדיג אין שטאט מאנסי.

ree

הרב חיים שלמה פישער משב"ק האדמו"ר מסאטמאר ביים וואונטשן מזל טוב פאר הרה"צ רבי קלמן האלבערשטאם שליט"א האדמו"ר מצאנז קרית יואל ביי די שמחת החתונה די וואך במעונו.

ree

האד' מוויז'ניץ קוקט זיך אום ביי די בוי ארבעט ביים ביהמ"ד הגדול והחדש אין שיכון סקווירא, ביי א באזוך די וואך אין סקווירא שטעטל.

ree

האד' משינאווא ביים סעודת ט"ו בשבט אין תלמוד תורה "דברי חנה" קאלאשיץ אינעם נייעם בנין הת"ת "בנין עלענבויגן".

ree

די בארימטער עסקן ר' אפרים פינק ביים מקבל זיין ברכת קדשו פון האד' מתולדות אברהם יצחק דעם פארלאפענעם ערב שבת אין בית שמש.

ree

האדמו"ר מקוזמיר טאנצט מצוה טאנץ באש להבה די וואך ביי די חתונה פון א אייניקל.


וחיי עולם נטע בתוכנו • האד' מסאטמאר ביים עולה זיין לתורה במקום הנופש אין פאלם ספרינגס קאליפארניע.


ראשי ישיבת לעיקוואד הגאון רבי מלכיאל קאטלער אין הגאון רבי ירוחם אולשין ביים סעודת ברית פון א אייניקל ביים ראש ישיבה הגאון רבי שאול אלתר בן הנולד לחתנו הרה"ג ר' שמחה בונם שפירא.

ree

הגאון רבי אליעזר יהודה פינקל ראש ישיבת מיר אינעם לוד לופטפעלד אויפן וועג קיין ציריך שווייץ לטובת הישיבה.

ree

ההרה''צ רבי חיים מאיר קאהן אב''ד תולדות אברהם יצחק ביתר ביים דאווענען מעריב אויפן פליגער קיין ניו יארק.

ree

האדמו"ר מזידיטשוב בארא פארק ביים ארויסבאגלייטן בנו האדמו"ר מזידיטשוב ווערעצקי נאך א באזוך.

ree

הגאון רבי מיכל זילבער אין א ריתחא דאורייתא מיט הגאון הגדול רבי דוב לאנדא ביי א באזוך די וואך במעונו אין בני ברק.

ree

האדמו"ר מויז'ניץ לאנדאן אויף א באזוך די וואך אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' משה אהרן ניימאן אין שטאט מאנטריאל.

ree

א קאמפיין אין ק"ק פאפא אין שטאט מאנסי מחזק צו זיין די אינגעלייט צו קומען צו די באטע'ס פרייטאג צונאכטס כמנהג חסידים.

ree

האד' מסערט וויז'ניץ ביי תפילת מעריב במקום הנופש אין אראזא שווייץ, ווערט געזעהן הגאון הגדול רבי אליעזר יהודה פינקל ראש ישיבת מיר.

ree

א משלחת פון חברה הצלה ד'לינדען באזוכט ביי האד' מקאסאן - מייסד העיר מקבל צו ברכת קדשו אין בעפארברייטונג צו א קאמפיין לטובת הצלה ד'לינדען.

ree

האד' מדושינסקיא ביים איבערגעבן א שיעור אין אור החיים הק' פאר אברכי ק''ק דושינסקיא אין אמעריקא וועלכע זענען אריינגעקומען קיין סיגעיט צום שיעור כהכנה לקבלת התורה.

ree

ארגענטינע פרעזידענט באזוכט ביים רב הראשי הגאון יצחק יוסף ביי זיין באזוך די וואך אין ארץ ישראל.

ree

האד' מקרעטשניף קרית גת אויף א באזוך די וואך ביים פעטער האד' מפלאטישאן אין בארא פארק.

ree

הגאון הגדול רבי משה שאול קליין מגדולי הפוסקים בארץ הקודש ביים אפגעבן א שבח והודאה זינגענדיג דעם ניגון 'מודה אני' ביי די חתונה פון א אייניקל פאריגע וואך אין שטאט לאנדאן.


הגה"צ רבי יצחק אייזיק ווייס אב"ד ספינקא לעיקוואד בן האד' מספינקא ביי הבדלה פארלאפענעם מוצאי שבת נאכן דערהויבענעם שבת ביי די מקומות הקדושים אין אונגארין.


שיין בילד פון האד' מוויז'ניץ לאנדאן ביי א חופה די וואך לבן אחד מחסידיו אין שטאט.

ree

מודעה ובקשה פאר גבאי צדקה אין שטוב פונעם בארימטן נגיד ותומך תורה ר' בערל ווייס פון לאס אנגעלעס.

ree

הנגיד ר' הערש אלימלך פיש ביים צייגן פארן וויזניצער רבי פארשידענע היסטארישע חפצי קודש אין כתבי ידות מאוצרו הטוב צווישן זיי די תיקוני זוהר פונעם הייליגן 'אהבת ישראל' זי''ע.

ree

חסידי גור שטראמען אין די מאסן צום עצרת תפילה היינטיגן דאנערשטאג נאכמיטאג ביים כותל המערבי אין שפיץ פון האד' מגור.


די בריוו וואס די שכינים פון ביהמ''ד ראחמיסטריווקא ספרינג וואלי האבן ערהאלטן מטעם הקהילה אמבאלאגנט די מאנגל אין פארקינג.

ree

הרה"צ רבי יוסף ראבינאוויטש ראש ישיבת ביאלא - בן האד' מביאלא ביים עולה זיין לתורה אין שיקאגא וואו ער האט געוויילט לטובת הישיבה, ווערט געזעהן האד' מקאליב ארה"ק.

ree

ראש הישיבה הגאון ר' שאול אלתר אין א שמועס בפלפולא דאורייתא מיט זיין איידעם ר' יחיאל קפלר.

ree

האד' מוויז'ניץ אין א שמועס מיט בנו בכורו הגה''צ אב''ד קרית וויז'ניץ שליט''א אינעם לופטפעלד אויפן וועג צוריק קיין ארץ ישראל.

ree

אינעם לופטפעלד האט די וויזניצער רבי באגעגענט האד' מקאליב פון ארה"ק וועלכע האט אויך געוויילט אין ניו יארק לטובת מוסדותיו.

ree

העסקן הרב צבי חסיד ארגון מנכ''ל ארגון זק"א תל אביב ביים שלום נעמען פון האד' מסערט וויז'ניץ במקום הנופש אין אראזא שווייץ.

ree

כ"ק גאב''ד פשעווארסק וויליאמסבורג ביי די חתונה די וואך פונעם ערשטן איר אייניקל ביי גיסו כ"ק האדמו''ר מספינקא אנטווערפען שליט''א.

ree

האד' מקרעטשניף קרית גת אינעם ניוארק לופטפעלד אויפן וועג צוריק אהיים קיין ארה"ק, מערקט די סטראקעס אויפן שאל פונעם רבי'ן כמנהג צדיקי בית נדבורנה.

ree
ree

תגובות


bottom of page