top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הונדערטער חסידים ואנשי משעה מיטגעהאלטן שבת של שמחה אין פארשפיל בחצר תורת חכם - אשלג

זונטאג פ' ויצא • ו' כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטר אין איציק ו.


הונדערטער אידן האבן דעם שב''ק מיטגעהאלטן די שבת של שמחה - שבת עלייה לתורה פון החתן בן זקונים פון כ''ק הגה''צ רבי יצחק מאיר מארגנשטערן האדמו''ר מתורת חכם, די תפילות אין עריכת השולחנות זענען געפראוועט געווארן אויף א גרויסער פארנעם אין די בעלזא זאל אויף רחוב תכלת מרדכי אין ירושלים עיה''ק.


שבת צופרי פארן דאווענען האט א גרויסער ציבור באגלייט דעם חתן צום זאל, אין נאכן דאווענען איז פארגעקומען די קידושא רבא וואו דער מחותן הגה''צ רבי אישטע מאיר האט משמיע געוועהן דברי תורה אין הונדערטער אידן האבן זיך געשלענגערט אין די רייען צו וואונטשן מזל טוב.


מוצאי שבת נאך שלש סעודות איז פארגעקומען די פארשפיל בתופים ומחולות, א לענגערע צייט האט מען זיך געפריידט ביי די ריקודין של שמחה וואס האט אנגעהאלטן ביז שפעט באנאכט. ביים פארשפיל האט זיך אויך באטייליגט דער מחותן אבי הכלה כ''ק האדמו''ר מאשלג אבן עזרא שליט''א וועלכע האט אויפגעטרעטן מיט דברות קודש כהכנה דרבה צו די גרויסער חתונה דעם דינסטאג.