לאנגע שעות פון התרוממות הנפש ביי שמחת הברית לבן הנולד ביי כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א | ברייטע דעקונג
- לפני 56 דקות
- זמן קריאה 4 דקות
דינסטאג פ' עקב • י"ד אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר
מיט שמחה'דיגע געפילן און התרוממות הנפש האבן הונדערטער חסידי און אוהדי סאדיגורא מיטגעהאלטן די גרויסער שמחה במעון הקודש פון מורם ורבם כ''ק האדמו''ר מסאדיגורא שליט''א ביים שמחת הברית מילה לבן הנולד לו למזל טוב וואס האט זיך פארצויגן לענגערע שעות נאכאנאנד בהתרוממות עילאה.
היינט דינסטאג אינדערפרי פארן דאווענען האבן זיך די בחורים געזעצט אויף א סדר לימוד שעות רצופות לכבוד די שמחה, נאכן ווארעמע תפילת שחרית אין ביהמ''ד הגדול דורך כל קהלא קדישא, איז פארגעקומען די שמחת הברית אינעם היכל השולחנות.
דער רבי שליט"א האט געצינדן די ליכט כנהוג, און דערנאך געזאגט די פסוקי היחוד. מיט די כיבודים זענען נתכבד געווארן די קרובי המשפחה, און גדולי התורה, חייקות: הגאון ר' שלום בער סורוצקין שליט"א ראש ישיבת עטרת שלמה, הגאון רבי זעליג בראווערמאן ראש ישיבת סאדיגורא, הגאון רבי יוסף צאלער שליט"א ראש ישיבה לצעירים, הרה"צ רבי נחום כהן שליט"א, הנגיד בנש"ק הרב מרדכי שפירא הי"ו פון לעיקוואד און נאך. מיט כסא של אליהו איז מכובד געווארן די עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מאסטראוו קאלאשין ירושלים שליט"א. מהכסא: הגאון ר' יצחק אייזיק שולמאן שליט"א ראש כולל סלאבודקא.
דער סנדק איז געווען חותן המלך הגה"צ ר' אשר חיים שטערנבוך שליט"א אבד"ק אהל יעקב ודומ"ץ מחזיקי הדת אנטווערפען, ברכות און קריאת השם האט געזאגט דער פעטער הגה"צ רבי פנחס שפירא שליט"א אבד"ק סאדיגורא תל אביב, ויקרא שמו בישראל, דוד, נאכן זיידן כ"ק אדמו"ר מאסטראוו קאלאשין זצ"ל, וואס מען געפינט זיך נאך אינעם יאר פון זיין הסתלקות. די קדיש נאכ'ן ברית האט געזאגט זיין זון, כ"ק אדמו"ר מאסטראוו קאלאשין ירושלים שליט"א, און דערויף האט דער ציבור ספאנטאן אויסגעבראכן אין א לעבעדיגן טאנץ אויפן ניגון "ועל הכל ה' אלוקינו אנחנו מודים לך".
די סעודת מצוה איז געווען איינגעטיילט לויט די עלטער, איש על מחנהו ודגלו. זקני החסידים און נכבדי העדה אינעם סאלאש, אינגעלייט אינעם בית המדרש הגדול, בחורים אין א דערנעבענדיגן זאל, און די קינדער אין א באזונדערן זאל אונטער די אויפזיכט פון זייערע מחנכים.
ארום 12:30 איז דער רבי שליט"א ערשינען צום סעודת ברית אינעם גרויסן סאלאש ווערנדיג ענטפאנגען לקול מצהלות החסידים. דער רבי שליט"א האט זיך געוואשן צום סעודה, און מען האט אויפגעגעבן די מאכלים כנהוג, בשעת די קאפעליע האט געזונגען ווארעמע ניגונים און ניגוני ציפייה לגאולה מיט גרויס דביקות.
דער שווער פונעם רבי'ן הגה"צ רבי אשר חיים שטערנבוך שליט"א איז מכובד געווארן צו משמיע זיין דברי תורה לכבוד די שמחה. ער האט דערמאנט מיט גרויס רגש די זכיה, א נאמען צו געבן דעם אייניקל נאך זיין שווער, כ"ק אדמו"ר מאסטראוו קאלטשין זצ"ל, און האט מאריך געווען בדברי דרוש ואגדה מעניני ברית מילה ופרשת השבוע.
דערנאך האט הרה"צ נחום כהן שליט"א געוואונטשן דעם רבי'ן בשם דעם גאנצן ציבור מיט ברכות עד בלי די און נחת דקדושה פון די זרע המלוכה און פון די גאנצע עדה הקדושה. אין זיינע ווערטער האט ער ארויסגעברענגט אז "שמא קא גרים", דעם נאמען דוד שטימט מיטן פסוק אין תהילים "אחת נשבעתי בקדשי אם לדוד אכזב", און אז מיר האבן זוכה געווען צו די המשכת שלשלת הזהב פון דוד המלך ע"ה ביז צו אונזער רבי'ן שליט"א ביז משיח'ס טאג.
דערנאך האט דער רבי שליט"א משמיע געווען אמרי קודש. צום ערשט האט ער באדאנקט זיין שווער וואס האט זיך מטריח געווען צו קומען באשיינען די שמחה, און אים געוואונטשן ברכות לרוב. דערנאך האט דער רבי איבערגעגעבן א ספעציעלן שמועס מיט דברי הדרכה פאר די ימי בין הזמנים און די זומער טעג. דער רבי האט ארויסגעברענגט אז מ'האט זיכער מתקן געווען די טעג נאנט צו די ימים נוראים צו וויסן זיין, וויאזוי נתעורר צו ווערן און נישט אפטרעטן פון דעם דרך התורה והישר אויך אין די דאזיגע טעג. דער רבי האט דערמאנט דעם עולם אז מען שטייט שוין ביים שוועל פון חודש אלול ווען מ'בלאזט שופר, און אז היינט גייט מען שוין אריין אין חמשה עשר באב. בסיום דבריו האט דער רבי געוואונטשן דעם גאנצן עולם מיט א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.
דער רבי שליט"א האט דערנאך געבעטן די מנגנים צו זינגען דעם נוסח פון די תפילות ימים הנוראים. דער באקאנטער בעל מנגן ר' אהרן סאמעט האט דערויף אנגעהויבן דעם דורכגעווייקטן נוסח לבית ויזניץ "עוד יזכור לנו אהבת קדומים", וואס האט ווי עלעקטרעזירט דעם גאנצן היכל. דערנאך האט מען געזונגען דעם לעבעדיגן "קדיש תתקבל" וואס מ'זינגט בחצרות רוזשין סאדיגורא ביי תפילת נעילה, און אויך דעם זמר "זכרנו לחיים מלך חפץ בחיים".
ביי ברכת המזון איז נתכבד געווארן מיט די הרחמן'ס הרבני הנכבד ר' אלימלך שפירא הי"ו ראש הקהל סאדיגורא. דערנאך האט זיך דער ציבור ארויסגעלאזט אין פייערדיגע טענץ בשעת ווען דער רבי איז מעודד די ריקודים מיט גרויס שמחה. די בחורי החמד האבן דערנאך געטאנצט באזונדערע ריקודים צווישן זיך.
צוווישן די פילע חשוב'ע רבנים חשובים וואס האבן באשיינט די שמחה זענען געווען הגה"צ רבי פנחס לייבוש פאדווא גאב"ד שומרי הדת אנטווערפען, הגה"צ רבי אברהם צבי דירנפעלד דומ"ץ בעלזא אין תל אביב און בית שמש און ראש כוללי עיון דבעלזא, דער פסוק הגאון רבי עמרם פריעד שליט"א,הגה"צ רבי זושא הורביץ אב"ד קהל חסידים אלעד, הרה"צ רבי ניסן משה גראס אב"ד קהל חסידים בראכפלד, הגאון רבי אברהם צבי הכהן שליט"א און נאך פילע נכבדים, אישי ציבור, און אנשים חשובים.
צום שלוס איז דער ציבור אריבער וואונטשן לחיים ביים רבי'ן שליט"א. ס'איז שוין געווען פינף אזייגער נאכמיטאג ווען די חסידים האבן ארויסבאגלייט דעם רבי'ן שליט"א נאכן מיטלעבן שעות של קורת רוח ביי די שמחה בבית צדיקים.
שפעטער נאכמיטאג איז געווען באשטימטע שעות וואו דער רבי האט אפגענומען מזל טוב דורכן טעלעפאן פון די חסידים אין חוץ לארץ, וועלכע האבן זיך מיטגעפריידט בשמחתו פונעם רבי'ן מריחוק מקום וקירוב הלבבות.

















































































































