דאנערשטאג פ' שופטים • ב' אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש
דורכאויס די וואך האבן צענדליגע אדמור"ים רבנים וראשי ישיבות מנחם אבל געוועהן ביי כ"ק אדמור"ים ממודזיץ און קוזמיר על פטירת אמם הרבנית ממודזיץ ע"ה. היינט צופרי האבן זיך די אדמורי"ם שליט"א אויפגעשטעלט פון די שבעה, נאכן דאווענען ביי כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א האבן די זקני החסידים אויפגעשטעלט דעם רבי'ן פון די שבעה, און דערנאך האט די רבי אפגעראכטן א שולחן לחיים, ווי די רבי האט מסיים געוועהן משניות סדר זרעים וואס איז געלערנט געווארן דורכאויס די ימי השבעה לעילוי נשמתה, און משמיע געווען דברות קודש ארומרעדנדיג איבער מנהגים פון סיום ימי השבעה.
דערנאך איז די רבי ארויף לבית אמו הרבנית ע"ה און אויפגעשטעלט די שוועסטער'ס פון די שבעה, פון דארט איז די רבי ארויסגעפארן קיין ירושלים אינאיינעם מיט אחיו כ"ק אדמו"ר מקאזמיר שליט"א און די בני המשפחה צום עליה לציון ככלות השבעה במרומי הר הזיתים.
Comments