מאנטאג פ' קרח • כ"ה סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: אברמי בערגער
א שיינעם מעמד יציקת הבורות איז אפגעראכטן געווארן נעכטן מאנטאג פאר די מקווה טהרה מפוארה אינעם בנין ביהמ"ד החדש דחסידי אלכסנדר ההולך ונבנה לשם ותפארת אין שטאט בארא פארק, די מעמד איז באשיינט געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א וועלכע איז צוגאסט די טעג אין ניו יארק אויף א געהויבענער ביקור חיזוק בקרב חסידיו.
די מעמד האט זיך אנגעהויבן מיט א מסיבת לחיים לכבוד המאורע און א מעמד הכנה צום יציקת הבורות ביים שטח הבנייה אויפן ערשטן שטאק פונעם נייעם בנין וועלכע איז געווארן איינגערישט פראוויזאריש לכבוד המאורע. צום ערשט האט אויפגעטראטן הגה"צ רבי יוסל ארנסטר שליט"א אבד"ק אלכסנדר ב"פ, און דאן האט מען געהאט די זכיה צו הערן דברות קודש פון רבי'ן שליט"א וועלכע האט ארויסגעברענגט רגשי לבבו צום דעם פריידיגן מאמענט, דערנאך האט די רבי שליט"א געטרינקען לחיים און די גאנצע ציבור איז דורך וואונטשן לחיים.
דאן האט מען צוגעטראטן צום מעמד יציקת הבורות, צענדליגער חסידים האבן זיך צונויפגעשטיפט ארום און אַרום כחומת אש סביב, בשעת די רבי שליט"א האט צום ערשט געגאסן די יסודות פאר די בורות הטבילה. דערנאך מכבד געווען די רב הקהילה, און די ראשי ופני העדה, וועלכע האבן אויך געגאסן די יסודות המקוה, מיט א הייסע תפלה להיות עיניך פקוחות אל הבית הזה, וגדול יהי׳ כבוד הבית לה׳. נאך די מעמד האט זיך די רבי אומגעקוקט ביים שטח הבנייה ארום די גאנצע שטח הביהמ"ד און געהערט א דעטאלירטע באריכט פון די עסקנים איבער די ווייטערדיגע פארשריט און פלענער ביי די אויפבוי פונעם בית מקדש מעט לתורה ולתפילה.
Komentáře