top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גבאים פון די וועד קרן נשואין דקהל יטב לב אין קרית יואל מיטגעלעבט פריוואטע שבע ברכות בשמחת בית סאטמאר

דאנערשטאג פ' קרח • כ"ח סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

א גייסטרייכע שבע ברכות איז פאריגע וואך אפגעראכטן געווארן בסיום שבעת ימי המשתה פון שמחת בית סאטמאר, ווען דער גרויסער זיידע כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט אפגעראכטן די פריוואטע שבע ברכות מיט די משפחת המלוכה אינאיינעם מיט די צענדליגער גבאים פון די וועד קרן נשואין פון אלע בתי מדרשים דקהל יטב לב אין קרית יואך וועלכע שטעלן צוזאם גרויסע געלטער ארויסצוהעלפן אידן בעת שמחתם.


דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודת שבע ברכות, במשך די סעודה האט אויפגעטרעטן דער משמח אלוקים ואנשים הרה"ח ר' יונתן שווארטץ הי"ו וועלכע האט אויסגעשמועסט פארשידענע לעזונגען צו ביליגער מאכן די הוצאות החתונה און מהנה געווען מיט דברי בדחנות לכבוד די שמחה, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ווי דער רבי האט ארומגערעדט בדברי דרוש בעניני שמחת חתן כלה און ארויסגעברענגט די שיינקייט פון אלע בתי מדרשים אין קרית יואל ווי עס איז פארהאן תורה, עבודה, וגמילות חסדים, און ארומגערעדט איבער די חשיבות פון גיין נאך געלט פאר א צווייטן, און מחזק געווען די עסקנים צו ממשיך זיין מיט די צדקה וחסד ביתר שאת, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור, דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע וויילע.



Comments


bottom of page