מאנטאג פ' כי תצא • ו' אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש
פילע אידן האבן נעכטן באגלייט למנוחות הרה"ח הישיש משרידי דור הישן ר' ארי' לייבוש רובינשטיין ז"ל מזקני וחשובי חסידי פאפא, וועלכער איז דעם מוצאי שבת נפטר געווארן אין טיפן עלטער פון 98 יאר.
ר' לייבוש איז געווען באקאנט אלס דער זקן החסידים ומפארי הקהלה, און ער האט פאר לאנגע יארן אנגעהאלטן די פאזיציע אלס "פורים רב" אין פאפא, ווען ער האט יאר יערליך זוכה געווען משמח צו זיין ביי מורו ורבו הרה"ק מפאפא זצ"ל און שפעטער ביי ממלא מקומו יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א צו וועם ער איז געווען אדוק ומקושר.
ביי די ביטערע וועלט מלחמה האט ר' לייבוש מיטגעמאכט שווערע זמנים ביז ער האט בניסי השי"ת איבערגעלעבט און זוכה געווען אויפצושטעלן א הערליכן דור ישרים.
די לוי' איז פארגעקומען פארנט פון ביהמ"ד הגדול פאפא אין וויליאמסבורג, וואו עס האט בראש המלוים זיך אנגעזען כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א וועלכער האט בקול נהי מספיד געווען און ארויסגעברענגט די שווערע אבידה.
Comments