top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חגיגת הכנסת ספר תורה און ריקודי תשלומין להקפת שניות בחצר הקודש פיטסבורג

מוצאי שבת פ' נשא • ט' סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטר


אן אייגענטאריגע מעמד 'הכנסת ספר תורה' איז פאגעקומען היינטיגן דאנערשטאג ליל ראש חודש סיון בחצר הקודש פיטסבורג ווי מען האט משלים געוועהן די ריקודין פון הקפות שניות מוצאי יום טוב שמחת תורה.


די ספר תורה איז אריינגעגעבן געווארן צום היכל ישיבת 'בני אברהם' פיטסבורג אין אשדוד דורך צוויי חשובע משפחות אין די קהילה, אין צו דעם געלעגנהייט ביום אשר באו מדבר סיני האט כ"ק אדמו"ר מפיטסבורג שליט"א אפגעראכטן ריקודי תשלומין צום מעמד 'הקפות שניות' וואו מען איז געטאנצן מיט די תורה בעוז ותעצומות, כהכנה צום יום טוב שבועות זמן מתן תורתינו.


דאס קומט נאכדעם, וואס כ"ק אדמו"ר מפיטסבורג שליט"א האט דעם פארלאפענעם מוצאי שמחת תורה אפגערופן דעם מעמד 'הקפות שניות' צוליב די שרעקליכע מלחמה וואס האט אויסגעבראכן אום יו''ט. אצינד, ווען עס וועט געפייערט ווערן א מעמד הכנסת ספר תורה אין הויף, האט דער רבי געהייסן משלים צו זיין די ריקודין וואס מען איז נישט געטאנצן אויף שמחת תורה, און זיך פרייען בשמחת התורה אויף א דערהויבענעם פארנעם.









































Comments


bottom of page