top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חנוכת הבית וקביעת מזוזות פאר נייעם פארציווא ביהמ"ד בראשות הרה"צ ר' מאיר ראבינאוויטש נכד האד' מביאלא זצ"ל

מאנטאג פ' נשא • ד' סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש


אין די בליענדע רמה ד' געגענט אין בית שמש איז פאריגע וואך פארגעקומען די מעמד קביעת מזוזה און חנוכת הבית פאר די נייע פארציווא ביהמ"ד אין שטאט בית שמש בנשיאות הרה"צ רבי מאיר ראבינאוויטש אב"ד פארציווא, א זון פון הגה"צ רבי לייבוש ראבינאוויטש שליט"א אב"ד פרעסטוויטש מאנטשעסטער, בנו בכורו פון כ"ק אדמו"ר מבאלא זצוק"ל בעל 'מבשר טוב', וואס האט געגרינדעט זיין ביהמ"ד לשמו ולזכרו פון הרה"ק רבי נתן דוד מפארציווא זי"ע מצדיקי בית ביאלא, וואו א שיינעם ציבור חסידי ביאלא תושבי בית שמש האבן זיך משתתף געוועהן ביים מעמד לכבוד בית אבא, ובראשם כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א וועלכע האט באשיינט די מסיבה, צו דער זייט פון די רבני ודייני השכונה.


ביים אנקומען האט די רבי שליט"א קובע געווען א מזוזה ביים הויפט אריינגאנג פון ביהמ"ד און דערנאך זיך משתתף געוועהן ביים מעמד חנוכת הבית, די רבי האט געטרינקען לחיים און זיך צוגעהערט צו די דרשה פונעם עלטערן ברודער הגה"צ רבי לייבוש ראבינאוויטש שליט"א וועלכע האט ארויסגעברענגט דאס גרויסקייט פונעם מאמענט, ווען מען טוט פאראייביגן זכרו הטוב פונעם גרויסן פעטער הרה"ק רבי נתן דוד מפארציווע זי"ע וואס איז געוועהן דער בן חביב ביים זיידן הרה"ק בעל דברי בינה מביאלא זי"ע, מיטן אוועקשטעלן א שם ושארית מיט דעם ביהמ''ד לזכרו.

























Comments


bottom of page