top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הערליכע מסיבת שבע ברכות דורך התאחדות תלמידי וחסידי קרעטשניף אין לאנדאן לכבוד השמחה בבית האד' מקרעטשניף י-ם

מוצאי שבת פ' וישלח • י"ג כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: דודי בראון

 

א הערליכע שמחה איז געפראוועט געווארן בעיר הבירה לאנדאן, ביים שבע ברכות צוגעשטעלט דורך התאחדות תלמידי וחסידי קרעטשניף אין לאנדאן לכבוד די שמחה במעונו פונעם רועה נאמן כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף ירושלים שליט"א לרגל די חתונה פון א אייניקל וואס איז פארגעקומען פארלאפענעם וואך אין אנטווערפען.


די שיינע מאורע האט געדינט אלס א צוזאמטרעף פאר חסידי קרעטשניף און איז פארגעקומען אין די זאלן פון פרדס וויזניץ. עס זענען אויך געווען דעזיגנירטע ערטער פאר חסידי פשעווארסק. דער אויבנאן איז געווען באשיינט דורך די רבני העיר און כלי קודש דמתא. א קאפעלע פון היימישע יונגעלייט האבן מהנה געווען בשירה וזמרה. די בחורים פון די צוויי זייטן אויף די פארענטשעס, און דער ציבור ביי די לאנגע טישן האבן מיטגעהאלֹטן די שמחה.


מיט געזאנג איז אויפגענומען געווארן דער זיידע כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף ירושלים שליט"א. במשך די שמחה האט זיך משתתף געוועהן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ-לאנדאן שליט"א, אזוי אויך כ"ק הרה"צ המפורסם רבי שמואל בנימין קרויס שליט"א נשיא ישיבת תורת חסד, ווי אויך דער פעטער פון דער כלה הגה"צ רבי ברוך נתן האלברשטאם שליט"א אבד"ק סאטמאר-לאנדאן און נאך. נאכ'ן פארטיילן די מאכלים איז מען אַרויס אין א טאנץ לכבוד דער שמחה נהדרה אויף די ניגונים וואס מ'איז געווען געוואוינט ביים קרעטשניפער רבי'ן זצ"ל.


דערנאך האט אויפגעטרעטן הגאון רבי יחזקאל ראפאפארט שליט"א, רב דביהמ"ד נועם התורה וראש ישיבת תפארת ישראל, וועלכער האט שיין ארומגערעדט דעם ענין פון שמחת חתן וכלה. עס האט אויפגעטרעטן מיט שיינע חרוזים ודברי בדחנות הרה"ג ר' יוסף לייב קאהן שליט"א, וואס האט געשילדערט די געפילן ביי א שמחה בבית קרעטשניף, ובפרט ווען עס איז צוזאמען מיט בית פשעווארסק, וואס ביידע איז נאענט ביי אלעמען אין הארצן. נאך ברכת המזון איז דער רבי שליט"א געטאנצן מצוה טאנץ לפני הכלה כנהוג און דערנאך איז מען אריבער לברך ולהתברך ביים רבי'ן שליט"א. 













Komentar


bottom of page