top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אריבער 500 נגידים וחסידים בוני ביהמ"ד הגדול באבוב 45 וועלן מיטהאלטן א היסטארישן שבת "מקדש מלך" במחיצת הקודש

מיטוואך פ' קדושים • ל' ניסן ראש חודש אייר תשפ"ד‎ | בחצרות הקודש


מיט אן הכנה דרבה און אומבאגרעניצטע התרגשות, גרייטן זיך חסידי באבוב 45 מיטצוהאלטן די וואך שבת א היסטארישער שבת 'מקדש מלך' וואס וועט אפגעהאלטן ווערן תוך אמוני עם סגולה, אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א וועלכער האט ווי ברייט באריכטעט באוויליגט ארויסצופארן אויף א שבת מחוץ לעיר, אינאיינעם מיט די תומכים וידידים וואס האבן אריינגעברענגט דעם מינימאלען אונטערנעמונג פון ,$5,400 ביים 'בית חיינו' קאמפיין פארן אויפבוי פונעם נייעם ביהמ"ד הגדול בנוסף צום 'התחייבות הקודש' פון $18,000 וועלכע די חסידים האבן זיך אונטערגענומען צו לייסטען מיט עטליכע יאר צוריק, ביים אנהייב פון קרן הבנין פראיעקט.


דער גרויסער שבת קומט פאר די וואך, אין דער עלעגאנטער 'ארמון האטעל' אין קאנעטיקוט. שוין עטליכע חדשים וואס די עסקנים פון קרן הבנין ארבעטן אינטענסיוו אויף די פלענער פונעם שבת, מיט'ן ציל אהערצושטעלן דעם שבת, אויף א העכסט דערהויבענעם פארנעם.  קרוב צו 500 ראשי בית אב, זקנים, בעה"ב און יונגעליייט, האבן אין לעצטע וואכן באשטעטיגט זייער השתתפות און גרייטן זיך מיט התרוממות צום טאג ווען מען וועט האבן די זכי' צו פראווען דעם שבת בצל הקודש. 


דער גייסטיגער אריינפיר צום שבת וועט זיין דער מעמד 'טלית לייגן', א שעה צום זמן כניסת השבת, ווען די רבי שליט"א וועט ערשיינען לקבל פני שבת באנפאה נהירין. אין א זעלטענעם שריט וועלן די פארזאמלטע חסידים זוכה זיין צו הערן פון רבי'ן שליט"א א שיעור חסידות פול מיט הדרכות ישרות וואס דערמיט וועט איינגעפעדעמט ווערן דער גייסט פונ'ם שבת.


אלס גאסט רעדנער וועט אי"ה קומען צו פארן דער בארימטער פה מפיק מרגליות, הרה"ג ר' פינחס שנעבלאג שליט"א ראש ישיבה לצעירים וויז'ניץ לאנדאן, וועלכער וועט מיט זיינע גייסטרייכע דרשות דורכאויס דעם שבת צוגעבן גרויס באדייטונג צום שבת.


דער שבת וועט זיך שליסן מיט א ווארעמע חסידישע מלוה מלכה געפראוועט דורכן רבי'ן שליט"א, ביי וועלכע אלע אנגעקניפטע חסידים מכל מקומות מושבותיהם וועלן פארברענגען בדיבוק חברים און נתרומם ווערן בסיפורי צדיקים, זמירות שירות ותשבחות.





bottom of page