top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הערליכע באזוך פון האד' מדושינסקיא אין בליענדן קרית דושינסקיא אינעם חרדישן יישוב הר יונה

זונטאג פ' בהר • י"א אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטר


די וואך מיטוואך האט כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א אפגעשטאט א לענגערע באזוך בקרב בני קהילתו אין קרית דושינסקיא אין די נייע חרדישע געגנט הר יונה אין שטאט נוף הגליל. די נייע געגנט וואס איז ווי א מאגנעט פאר פרומע ירושלימע קהילות בליעט און וואקסט, ספעציעל די קרית דושינסקיא וואו צענדליגע חשובע משפחות מסלתה ומשמנה פון ק"ק דושינסקיא האבן זיך באזעצט, די פארלאפענע מיטוואך האבן זיי געהאט די גרויסע זכיה צו מקבל זיין פני רבם ומאורם פאר א צוויי טאגיגן באזוך פיל מיט חיזוק והתרוממות.


מיטוואך נאכמיטאג איז די רבי שליט"א אנגעקומען אין שטאט צו תפלת מנחה וואו כל הקהל הקודש האט זיך צוזאמגעזאמעלט לקבל פני הקודש, נאך מנחה, בעפאר די מעמד קבלת פנים זענען די תינוקות של בית רבן אריבער נעמען שלום און די רבי שליט"א האט זיי פארטיילט מיני מתיקה.


ביים מעמד קבלת פנים האט אויפגעטראטן הרה"ג ר' טובי' ליבערמאן שליט"א דומ"צ הקהילה ומרבני העדה החרדית אין הר יונה וואס האט ארויסגעגעבן מרגשי הלב לקבל פני הקודש, דערנאך האט מען געהאט די זכיה צו הערן דברות קודש פונעם רבי'ן שליט"א וואס האט מאריך געווען אין די גרויסע ענין פון אנפרעגן דעת תורה און ארויסגעברענגט לשבח די חשובע דיין וואס געבט זיך אפ מיט אזא געטריישאפט צו די בני הקהילה, דערנאך האט די רבי ארומגערעדט איבער די קהילה אין הר יונה וואס איז והיה ראשיתך מצער ואחריתך ישגה מאוד און עס וואקסט און בליעט בעז"ה לשם ולתפארת.


די נעקסטע צופרי, 7:15 איז די רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד צו תפילת שחרית ברוב עם הדרת מלך, נאך שחרית איז די רבי שליט"א צוגעגאנגען צו סליחות בה"ב מיט א אויסנאמליכע התעוררות. פארמיטאג איז די רבי שליט"א אנגעקומען צו די דושינסקיא תלמוד תורה אינעם קריה, די רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים און איבערגעגעבן א שמועס פאר די מחנכים, די רבי שליט"א האט קובע געווען מזוזות אויף צוויי נייע כיתות און דערנאך איז פארגעקומען א לחיים אינאיינעם מיט אלע תלמידים און מחנכים.


נאך די באזוך אין די ת"ת איז די רבי שליט"א אריבער צו כולל תרביצ"א שע"י מרכז הכוללים דושינסקיא און האט ארומשפאצירט און זיך אינטערסירט ביי די כולל יונגעלייט איבער די לימודים. אין לויף פונעם טאג איז די רבי שליט"א זיך געגאנגען אומקוקן אויף די שטח הענקי וואו עס וועט געבויעט ווערן די דירות פראיעקט - שלב ב' פון קרית דושינסקיא אין שטאט מיט נאך הונדערט דירות פאר דושינסקיא יונגעלייט.


דערנאך האט די רבי שליט"א זיך ארומגעקוקט אויף אנדערע היימישע געגנטער צו זען פון די נאנט די שנעלע וואוקס פון הונדערטער היימישע פאמיליעס און זיך נאככגעפרעגט אויף די פולע נייע פראיעקטן, פון דארט איז די רבי שליט"א אנגעקומען צום מעמד קביעת מזוזות אינעם בנין בית חינוך לבנות החדש דק"ק דושינסקיא וואס האט פארלאפענע וואך געעפענט אירע טויערן בשעטומ"צ, ביי די מעמד לחיים האבן זיך באטייליגט די עסקנים און חברי הנהלת בית החינוך.


מנחה האט כ"ק אדמו"ר שליט"א געדאוונט אינאיינעם מיט די כולל יונגעלייט פון די נייע כולל שומרי החומות ספעציעל געווידמעט פאר דושינסקיא יונגעלייט, נאך מנחה האט די רבי שליט"א פארגעלערנט א שיעור אור החיים הקדוש און דערנאך אפגעהאלטן א פריוואטע שמועס מיט די מנהלים פון די כוללי ערב אין די קהילה, נאך א דערהויבענע מעריב האבן זיך חסידי דושינסקיא אין הר יונה געזעגנט פון זייער געטרייע רועה נאמן.




















Comments


bottom of page