דאנערשטאג פ' במדבר • כ"ט אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש
חסידי סאדיגורא אין אמעריקע גרייטן זיך מיט התרגשות מקבל צו זיין פני רבם ומלכם כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א, וועלכער וועט אפראכטן א קורצן באזוך אין ניו יארק נאך שבועות, צו באשיינען די חתונה הגדולה בחצר הקודש באבוב-45, בבית גיסו הרה"צ רבי יעקב יצחק שטערנבוך שליט"א איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א.
דער רבי וועט זיך ארויסלאזן אין וועג דינסטאג פר' בהעלותך, און וועט וויילן איבער די וואך אין בארא פארק, אינעם אכסניא בבית הנגיד ר' יהושע בראוקער. די חתונה הגדול בשמחת בית באבוב-45 וועט פארקומען מיטוואך נאכט, און פרייטאג וועט דער רבי אנקומען קיין לעיקוואד, צו פראווען א געהויבענעם שבת בהעלותך אינעם ארטיגן סאדיגורער ביהמ"ד, וואס וועט זיין א געלעגנהייט פאר'ן ציבור חסידים ומעריצים תושבי לעיקוואד זיך צו ווארעמען ביי די געהויבענע תפלות און שלש סעודות וואס דער רבי וועט אפרעכטן אויף א שטילן פארנעם.
נאך שבת וועט דער רבי ממשיך זיין די נסיעה קיין לאס אנדזשעלעס, לטובת וביסוס מוסדותיו הק' און פאר'ן נייעם מרכז העולמי דחסידי סאדיגורא אין בני ברק, וואו דער רבי וועט במשך די געציילטע טעג פונעם באזוך אפשטאטן ביי נגידי עם חסידים ומעריצים, און באזונדער ביי די גוטע פריינט און מוקירי חצר הק' סאדיגורא, וועלכע האבן אנגעקניפט א קשר מיט די סאדיגורא הויף פון די תקופה.
Comments