top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שישו ושמחו: פרייליכער הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן צום ביהמ"ד הגדול והחדש פשעווארסק אין אנטווערפען

  • 25 במרץ
  • זמן קריאה 2 דקות

מיטוואך פ' צו • ז' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

פארלאפאנעם וואך איז פארגעקומען אין שטאט אנטוערפען א געהויבענעם חגיגת הכנסת ספר תורה, ווען עס איז ברוב פאר והדר אריינגעגעבן דער ערשטער נייע ספר תורה צום ביהמ''ד הגדול והחדש פשעווארסק, וועלכע מען האט נישט לאנג צוריק באנייעט לשם ולתפארת.


די ספר תורה איז אריינגעגעבן געווארן בנדבת לבו הטוב פונעם סופר מומחה הרה"ח ר' ישכר דוב גראסמאן שליט"א מחשובי מתפללי הביהמ"ד.


אין די טעג בעפאר די מעמד איז פארגעקומען דער סיום כתיבת האותיות בביתו נאווה קודש פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א וואו דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות און דערנאך אנגעוואונטשן דער נדבן הספר תורה ומשפחתו.


די תהלוכה איז ארויס מבית הרה"ח ר' אלעזר אללעך הי"ו גבאי הביהמ"ד, וואו כ"ק אדמו"ר מספינקא אנטווערפען שליט''א האט ארויסגעפירט דעם ספר תורה לרחובה של עיר מיט טענץ און געזאנג, און די ריקודין האבן ממשיך געווען אויף גאר א פרייליכע פארנעם, לענגאויס די גאסן פון שטאט ביזן ביהמ"ד, וואו מען האט מכבד געווען די רבני העיר, אנשים חשובים און דעם רבינס קינדער צו טאנצן מיטן ספר תורה.


אין ביהמ"ד איז געווען אויפגעשטעלט הויך שטאקיגע פארענטשעס וואס איז בליץ שנעל איבערגעפילט געווארן דורך די הונדערטער חסידים, און אינעם חלל איז געווען צוגעגרייט דער גרויסער שטח הריקודין.


א חרדת קודש האט ארומגענומען דעם ביהמ"ד ווען דער רבי איז ערשינען צום מעמד במלוא הדרו, דער רבי האט איבערגענומען דעם ספר תורה און אפגעראכטן די הקפות ארום די בימה מיט גרויס ברען. דערנאך האט דער רבי שליט"א פארגעזאגט די מזמורים און דאן האט זיך אנגעהויבן די געהויבנע טענץ פון שאו שערים וואס האט אנגעהאלטן א לענגערע שטיק צייט, ווען דער רבי איז מעודד די ריקודין.


באלד נאכן מעמד איז דער ביהמ"ד בליץ שנעל געווארן איינגערישט צו די סעודת מצוה לגומרה של תורה, וואס איז באשיינט געווארן דורך די רבני ואדמור"י העיר ובראשם דער רבי שליט"א וועלכער איז ווידער אריינגעקומען און מיטגעהאלטן די סעודה א משך זמן. במשך די סעודה האבן אויפגעטרעטן דער גבאי הביהמ"ד הרב אלעזר אללעך און דער נדבן הספר תורה הרב ישכר דוב גראסמאן וואס איז אויך מכובד געווארן מיטן בענטשן.



תגובות


bottom of page