top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

זכור ברית אבות: התרגשות'דיגע ברית לנכד האדמור"ים מביאלא בני ברק און פרעשמילאן פארגעקומען אין פשיסחא - פולין

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 30 בינו׳
  • זמן קריאה 2 דקות

עודכן: 30 בינו׳

דאנערשטאג פ' בא • א' שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש‎

ree

בילדער קרעדיט: מ. יונג


התרגשותדיגע מאמענטן האבן זיך נעכטן אפגעשפילט אינעם הייליגן שטאט פשיסחא אין פולין ביים ברית קודש פון הרך הנימול אן אייניקל פון צדיקי בית פשיסחא שוכני המקום, בן הנולד ביי הרה"צ רבי חיים אליעזר ראזנבוים שליט"א ראש ישיבה קטנה פרעמישלאן זון פון כ"ק אדמו"ר מפרעמישלאן שליט"א און חתנא דבי נשיאה פון כ"ק אדמו"ר מביאלא בני ברק שליט"א ממשיך שלשלת הקודש לבית ביאלא און פשיסחא דור אחר דור ביז צום הייליגן יהודי הק' זי"ע מרא דאתרא הדין.


די זיידע כ"ק אדמו"ר מפרעמישלאן שליט"א וועלכע האלט זיך אויף אין די יעצטיגע וואכן אויף מנוחת הנפש אין א קור ארט אין די אומגעגענט, איז נעכטן אנגעקומען קיין פולין און האט פוקד געווען דעם ציון הקדוש אין פשיסחא אינאיינעם מיט א גרופע חסידים וואס זענען געקומען צופארן פון ארץ ישראל צו די שמחה.


מיטאג צייט האט דער רבי שליט"א געדינט אלס סנדק ביי א ברית מילה לבן אחד מחסידיו וואס איז געקומען צו פליען פון ארץ ישראל מיט בנו הנולד כדי אריינצוגיין לבריתו של אברהם אבינו על ברכי רבו. אינצווישן איז די זיידע כ"ק אדמו"ר מביאלא בני ברק שליט"א אנגעקומען קיין פשיסחא, וואו די רבי'ס האבן זיך באגעגנט און ארומגעשמועסט בנועם שיח, און דאן אריינגעקומען צום שמחת הברית בבגדי שבת.


ווי געזאגט איז די שמחה רוממה אפגעראכטן געווארן אינעם בנין הכנסת אורחים, דער "פשיסחא הויף" וואס איז אויפגעשטעלט געווארן דורכ'ן געהויבענעם זיידן האדמו"ר מביאלא בני ברק. אלס מוהל האט געדינט הרה"צ רבי משה הלל שטערן שליט"א איידעם פון האדמו"ר מפרעמישלאן, די פעטער הרה"צ רבי דוד ראזענבוים איז מכובד געווארן מיט כסא של אליהו, און די פרעמישלאנער רבי האט געזאגט די פסוקים פון 'זה הכסא' בנוסח המקובל לבית נאדווערנע - קרעטשניף.


די זיידע די פרעמישלאנער רבי איז מכובד געווארן מיט סנדקאות און עמידה לברכות, די זיידע דער ביאלא רבי האט געזאגט די ברכות און קריאת השם מיט גרויס רגש, ויקרא שמו בישראל 'יחיאל יהושע מתתיהו' נאך די צוויי צדיקים אב ובנו הרה"ק בעל חלקת יהושע מביאלא און בנו הרה"ק בעל להבת דוד מביאלא זכותם יגן עלינו. 


נאכן ברית איז פארגעקומען א שולחן לחיים נאכגעפאלגט מיט די סעודת מצווה וואס איז צוגעשטעלט געווארן אויף גאר א הערליכע פארנעם דורך די וועד הכנסת אורחים וועלכע האבן באוויזן אהערצושטעלן אלעס על צד היותר טוב, כראוי וכיאות פאר אזא זעלטענע געשעהניש. בשעת די סעודה האבן די אדמורי"ם שליט"א ארומגעשמועסט איבער די היסטאריע פונעם עיר האבות פשיסחא, און עובדות וסיפורים פון די צדיקים הקדושים שוכני המקום.


נאכ'ן ברית האט זיך דער פרעמישלאנער רבי צוריק געקערט למקום הנופש נעבן פולין. און דער ביאלא רבי שליט"א האט ממשיך געוועהן מיט די נסיעה קיין לאס אנדזשעלעס לטובת מוסדותיו.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

תגובות


bottom of page