דינסטאג פ' האזינו • כ"ח אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש
אין ליכט פון דעם שטארק אנגעצויגענעם מצב המלחמה אין ארץ ישראל וואס איז אצינד ארויף א שטאפל צום העכסטן אלערט, ווען יעדע מינוט קען ח"ו אויסברעכן א מלחמה מיט איראן און אין די זעלבע צייט פליען כסדר ראקעטן פון צפון, האבן די ארטיגע אינסטאנצן ארויסגעגעבן נייע זיכערהייט רעגולאציעס וואס רעכנט אריין שווערע באגרעניצונגען אויף גרעסערע פארזאמלונגען, וואס גייט אריין אין קראפט פון היינט ביז דעם קומענדיגן מוצאי שב"ק מוצאי ראש השנה, אינדרוסן אויפ'ן גאס קענען זיך נישט פארזאמלען מער ווי 30 מענטשן אויפאיינמאל און אינענווייניג אין א בנין נישט מער ווי 300 מענטשן אויפאמאל.
די באגרעניצונגען האבן ווי פארשטענדליך גאר שטארק אפעקטירט דעם היימישן ציבור אין ארץ ישראל וועלכע גרייטן זיך אצינד אפצורעכטן ברוב עם די תפלות ראש השנה, ובעיקר די גרעסערע חצרות וואו טויזענטער חסידים תושבי ארה"ק און געסט פון חו"ל קומען זיך צונויף צו פראווען דעם ראש השנה בצל כ"ק האדמורי"ם שליט"א. צוליב די נייע רעגולאציעס וועלן ווארשיינדלעך זיין שינויים אינעם סדר התפלות.
פון חצר הקודש גור איז שוין היינט געמאלדן געווארן אז בפקודת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א זאל מען נישט קומען קיין ירושלים היינט נאכט צו די סליחות 'זכור ברית' צו וואס עס קומט זיך יעדעס יאר צוזאם א ריזיגער ציבור חסידים, נאר די אלע וועלכע וואוינען אויסער ירושלים זאלן זאגן די סליחות יעדער אין זייערע שטיבלעך, און אויך אויף ראש השנה זאל מען זיך גרייטן פאר די מעגליכקייט צו מאכן מנינים אין די שטיבלעך אין פאל מען וועט נישט קענען קומען קיין ירושלים, מארגן ערב יו"ט אינדערפרי וועט מען מודיע זיין פון רבי'נס שטוב די החלטה בנוגע דאס קומען פון די אנדערע שטעט קיין ירושלים להסתופף בצל הקודש.
אזוי אויך אין אנדערע חצרות הקודש ווארטן די חסידים מיט שפאנונג אויף די הוראת הקודש פון רבותיהם מנהיגי העדה, וויאזוי מען וועט אפרעכטן די תפלות ברוב עם דעם קומענדיגן ראש השנה.
Comments