top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

העפטיגע הכנות צום "קרית יואל הדלקה" ל"ג בעומר; מעמד הדלקה רבתי וועט אפגעראכטן ווערן ל"ג בעומר לעת ערב

מאנטאג פ' אמור • ד' אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש


שטייענדיג ווייניגער ווי צוויי וואכן ביז'ן גרויסן יו"ט ל"ג בעומר וועלכע געפאלט אויס דעם קומענדיגע זונטאג בחוקותי ווען רבבות אלפי ישראל גרייטן זיך מיט א שמחה של מצוה אפצורעכטן די יומא דהילולא פון התנא האלקי רבן שמעון בר יוחאי זי"ע, איז שוין אין די שטאט קרית יואל די מירון דאמעריקע אקטיוויזירט געווארן די מאסיווע פיבערהאפטיגע צוגרייטונגען צום "קרית יואל הדלקה" וועלכע איז אין לויף פון די לעצטערע יארן אויסגעשטיגן אלס איינע פון די גרעסטע הדלקות איבער די גארער וועלט ווען רבבות אידן פון אלע שיכטן און קרייזן קומען זיך צוזאם צום הייליגן התרגשות'דיגע מעמד תחת קיפת השמים בחצר ביהמ"ד הגדול אין ק"ק קרית יואל יצ"ו, און ווערט אנגעצינדן מיט א שלהבת אש קודש דורכ'ן מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.


אנדערש ווי אלע יארן ווען די מעמד ההדלקה קומט פאר בכניסת היום מיט'ן התרוממות'דיגע מעריב און ספירה הוד שבהוד דורכ'ן רבי'ן שליט"א וועלכע פאלגט נאך מיט די ריזן מעמד ההדלקה, וועט היי- יאר צוליב די שפעטע שעה פון מוצש"ק, פארקומען די הדלקה ל"ג בעומר נאכמיטאג אום 6:00 אזייגער, ווען טויזנטער אידן פון אלע שיכטן און קרייזן איבער גרעיטאר ניו יארק, ניו דזשערזי, און די ארומיגע שטאטן, אריינגערעכנט פילצאליגע תושבי קאנאדע וועלן מיטהאלטן די הייליגע געהויבענע מעמד מיט א אויסטערלישע שמחה הרוממה לכבודו פון התנא האלקי רבן שמעון בר יוחאי זי"ע.


די הויכפונקט וועט זיין ווען דער רבי שליט"א וועט מדליק זיין את האור, און אנצינדן די מדורת אש צינדט מיט'ן הייליגן פייער-פאקל אין די הערצער פון טויזנטער אידן וואס לאזט זיך ארויס מיט אן התלהבות דקדושה אין פייערדיגע ריקודין, ושמחה בוקעת רקיעים מיט א חסידישן ברען, אשרי עין ראתה כל אלה. צוליב דעם וואס די הדלקה וועט פארקומען ביום ל"ג בעומר נאכמיטאג, וועט מוצאי שב"ק בהר, ליל ל"ג בעומר, פארקומען א גרויסארטיגער עריכת שולחן הטהור, א סעודת ל"ג בעומר אינאיינעם מיט'ן מעמד החאלאקעס פון די נאנט צו 100 אפשערן קינדער פון די סאטמארער מוסדות איבער ניו יארק, ניו דזשערסי, דער טיש וועט פארקומען בהיכל ביהמ"ד הגדול וועלכע וועט ווערן אהערגעשטעלט אויפ'ן מאקסימאלסטן פארנעם צו אקאמאדירן דעם ריזן ציבור.


bottom of page