top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בני האד' מסקווירא באזוכן די אנגייענדע בוי ארבעט ביים ביהמ"ד הגדול והחדש אין שיכון סקווירא

מאנטאג פ' שופטים • כ"ט אב תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

בילדער קרעידט: ניסן ב. - JDN

 

פארלאפענע וואך איז פארגעקומען א געהויבענעם באזוך דורך הרבנים הצדיקים בני כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, צוזאמען מיט די חברי וועד הקמת הבית אין שפיץ פון הרב אביגדור אסטרייכער הי"ו און הרב שלום בער פישל הי"ו, ווי פאר איבער צוויי שעה איז מען ארומגעגאנגען אלע שטאקן פונעם ביהמ"ד הגדול והחדש זיך גרייטנדיג צו צו עפענען די טויערן פונעם נייעם בית המדרש לקראת די ימים הנוראים הבא עלינו לטובה. מען האט אנגעהויבן אויבן אינעם היכל הגדול אויף אלע זייטן, ווי מ'האט באטראכט די אריינגענג און ארויסגענג וואס מ'בויעט יעצט, און דערנאך ארויפגעגאנגען אויף אלע אכט גרויסע גאלעריעס צו זען פונדערנאנט יעדן חלק און פרט פונעם בנין האדיר, דערנאך איז מען ארומגעגאנגען אונטון אינעם קומת היכלי התפילה, ווי די ברודער הרבנים שליט"א האט באוואונדערט די געוואלדיגע פארשריט וואס מען זעט ברוך השם איבעראל אינעם גאנצן בנין, לשמחת לב אלפי חסידי סקווירא אז ברוב סייעתא דשמיא דערלעבט מען די היסטארישע דערגרייכונג צו קענען בקרוב באנייען דעם בנין מיט אלע חלקים.



Comments


bottom of page