top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

לְהוֹדוֹת, לְהַלֵּל, לְשַׁבֵּחַ • ספעציעלער יום טוב טיש דורך האד' מוויז'ניץ פאר תומכי ושותפי מפעל קמחא דפסחא

זונטאג ד' דחוה"מ פסח • כ' ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר


דעם דאנערשטאג חול המועד האט מרן האדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א אפגעראכטן א ספעציעלער טיש לאות הוקרה והערכה פאר די גרעסערע תומכים און נדיבי לב, וועלכער האבן זיך אנגערופן מיט סכומים אדירים לטובת דעם רבינס 'קמחא דפסחא'. 


דער טיש איז באגלייט געווארן מיט רייכע נגינה, די בארימטער בעל מנגן ר' יעקב דאסקאל האט בקולו הנעים פארגעזינגען די ניגוני החג, באגלייט מיט די וואונדבארע שטימע פונעם מטיב נגן ר' מונה ראזענבלום און די וויזניצער קאפעליע מיט פולע קלעזמער וואס האבן מהנה געווען לכבוד החג.


באזונדער האט מען געהאט די זכיה צו הערן די רירנדע דברות קודש פונעם רבי'ן שליט"א וועלכער האט פון טיפן הארצן באדאנקט די אלע אידן וועלכער האבן זיך געלאזט קאסטן פאר דעם חשובן צוועק, צו מחיה זיין אזויפיל טויזנטער משפחות און מסיים געוועהן מיט ברכות לרוב אז אין דער זכות פון צדקה וועלן מיר קעגן גיין משיחן אינגיכן.































bottom of page