top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ויושר יליצו בעדינו חיות אש • כלל ישראל באוויינט צדיקים קדושים וגאונים וועלכע זענען נסתלק געווארן בהאי שעתא תשפ"ד

מיטוואך פ' האזינו - ערב ראש השנה • כ"ט אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

 

צום נייעם יאר תשפ"ה טוט כלל ישראל אריינטרעטן מיט גרויס האפענונג, תפילות ותחינות צום הייליגן באשעפער, לקיים בנו חכמי ישראל, די גדולי ישראל וואס פארשיינען דעם דור זאלן ווייטער האבן די זכיה צו משפיע זיין, איבערהויפט די חסידים וואס געפונען זיך בצל הקודש פון די מנהיגי העדה אויף יום טוב ראש השנה.


אין די זעלבע צייט שפירט זיך אבר א שרעקליכע יתמות אין עטליכע קהילות קדושות בישראל, ווען צום היי יעריגן ראש השנה טרעטן זיי אריין אן זייער באליבטער מנהיג, א צאל גדולי ישראל זענען דעם יאר אוועקגעריסן געווארן פון אונז, צדיקים וקדושים וואס האבן געטריי באדינט זייערע קהילות, רבנים מפורסמים אין כלל ישראל, ובראשם עטליכע מנהיגי הדור, גדולי העדה וואס האבן געדינט אלס וועג ווייזער פאר טויזענטער אידן וואס האבן זיך געקלאמערט לאורם הגדול.


אין די זעלבע צייט אבער זענען פארהאן דאס יאר נאך מליצי יושר בעולם העליון, די הייליגע נשמות וואס זענען נאך געווען מיט אונז פארגאנגענע יאר, זיי האבן נאך געלעבט אויף אונזער וועלט, און געזעהן אונזער באדערפענישן. אצינד בעלמא דקשוט, ווייסן זיי זייער גוט וואס צו בעטן, און וועלן זיכער פועל'ן ישועות ורפואות פאר גאנץ כלל ישראל.


אין די שטאט בארא פארק איז די יאהר ליידער מקוים געווארן דעם "ואכחיד את שלושת הרועים בשנה אחת", ווען מען האט פארלוירן דריי גרעסטע מנהיגים און פעזענדליכקייטן פון שטאט די זקן המשגיחים הגה"צ רבי משה וואלפסאן זצ"ל אב"ד אמונת ישראל, כ"ק אדמו"ר הרה"ק מסקולען זצ"ל, און כ"ק אדמו"ר הרה"ק מקאסוב זצ"ל.


**


י"ז סיון תשפ"ג מוצאי שבת קודש פרשת בהעלותך, האט זיך א וואלקן פון טרויער אראפגעלאזט אויף די גאנצע יהדות החרדית, מיטן הסתלקות לשמי מרום פון זקן צדיקי הדור, מרן המשגיח הגה"צ רבי משה וואלפסאן זצ"ל, אין טיפן עלטער פון ניין און ניינציג יאר.


די ביטערע בשורה איז געקומען כרעם ביום בהיר יענעם מוצאי שבת וועט דער צדיק ופרוש האט אויסגעהאכט זיין לויטערע נשמה איבערלאזנדיג פילע הונדערטער תלמידים צובראכן און צושוידערט. טויזענטער אידן זענען ארויסגעקומען אפגעבן דעם כבוד האחרון און צוזאמען באוויינען די שווערע אבידה. סיי אויף די גאסן פון בארא פארק, און סיי אויף די גאסן פון ירושלים, וואו דער משגיח זצ"ל איז געקומען למנוחת עולמים אויפן בית החיים אין עיה"ק טבריה.

**


שבר על שבר יחדיו יודבקו, שבת קודש פרשת שלח כ"ג סיון, האט זיך כלל ישראל געזעגענט פונעם צדיק וקדוש, כ"ק אדמו"ר הרה"ק מקאסוב זצ"ל מפארי וצדיקי בארא פארק, פון וועם גאנץ כלל ישראל האט נהנה געווען מאור צדקותו וקדושתו.


דער רבי זצ"ל וועלכער איז אלט געווען בלויז זעקס און זעכציג יאהר, האט געשיינט אלס אור נערב פון וועם טויזנטער חסידים ואנשי מעשה האבן געשעפט חיות און חיזוק און זיך געקלאמערט בצל קדשו, ורבים נהנים ממנו עצה ותושי', ליידער איז די לעצטע יאהרן געווען א בחינה פון ספר תורה שרוי בצער ווען די רבי האט געליטן יסורים קשים ומרים בעוון הדור, כלל ישראל האט אזוי געהאפט און ארויסגעקוקט אויף א ישועה, מיליאנען קאפיטלעך תהלים זענען געזאגט געווארן בכל קצוי תבל לרפואתו השלימה, אבער ליידער זענען די שערי שמים געווען פארשלאסן און דער רבי איז נסתלק געווארן לגנזי מרומים. טויזענטער אידן האבן שווארץ געמאכט די גאסן פון בארא פארק און מאנסי אפצוגעבן דעם כבוד האחרון פארן צדיק וקדוש, וועלכער איז געקומען לקבורה אויפן מאנסי בית החיים עדי ביאת הגואל.

**


ווידעראום האט כלל ישראל און די שטאט בארא פארק בפרט געליטן א ביטערע פארלוסט, ווען במוצאי מנוחה פרשת שופטים ד' אלול איז בקול בכי נהי תמרורים אויפגענימען געווארן די ביטערע בשורת איוב איבער'ן הסתלקות פונעם צדיק הדור, לבהון ואבוהון של ישראל, נזר האדמורי"ם ופאר הצדיקים כבוד קדושת אדמו"ר הרה"ק מסקולען זצוק"ל, וועלכער איז לדאבן לב כל בית ישראל ארויף לסערה השמימה, איבערלאזנדיג דעם דור יתום אזוי ביטער ערשיטערט און צעשאסן, אין מנחם לה.


מ'האט אזויפיל מתפלל געווען, אז עוד ינובון בשיבה דשנים ורעננים, דער רבי זאל פירן די עדה הקדושה ביז משיח'ס טאג, אבער ליידער איז פון הימל אנדערש באשערט געווען, און ליידער האט פאסירט דאס ארגסטע, ונצחו אראלים את המצוקים ונשבו ארון הקודש, דער רבי איז ארויף לסערה השמימה פארלאפענעם ה' אלול.


שטייענדיג היינט ערב ראש השנה, ככלות ימי השלושים, שפירט זיך נאך די שווערע טרויער און ווייטאג איבער די גאנצע וועלט, און בפרט ביי חסידי סקולען בכל מקומות מושבותיהם, וועלכע האבן פארלוירן זייער באליבטער רועה נאמן.

**


פרייטיג קדושים א' אייר, איז די חסידישע וועלט געווארן איינגעהילט אין טרויער און יתמות געפילן, מיטן ערהאלטן די ביטערע בשורה איבער די הסתלקות פון אחד מזקני האדמורי"ם, משרידי דור הישן, האי גאון וצדיק, כ"ק אדמו"ר מביאלא זכר צדיק לברכה, וועלכער איז נפטר געווארן אין טיפן עלטער פון ניין און אכציג יאר, לדאבון לב תלמידיו חסידיו ומעריציו וכל בית ישראל.

**


מוצאי שבת קודש פרשת עקב כ' אב איז אנגעקומען די ביטערע בשורה פון ירושלים עיר הקודש, אז כבה נר המערבי, דער גאון וצדיק חסידא ופרישא משרידי דור הישן, כ"ק אדמו"ר מפאריסוב זצוק"ל מזקני הצדיקים והמקובלים אין ארץ ישראל, איז נסתלק געווארן לחיי העולם הבא, אין הויכן עלטער פון פינעף און אכציג יאר. פילע אידן האבן אנטייל גענומען ביי די לוויה ברחובות העיר ירושלים, און ער איז געקומען לקבורה אויפן הר המנוחות.


דאנערשטאג פרשת לך לך י"א חשון, האט די עולם התורה אויפגענומען די שווערע בשורה, איבער די פטירה פונעם זקן ראשי הישיבות, הגאון הגדול רבי ברוך מרדכי אזרחי זצ"ל ראש ישיבת עטרת ישראל, איבערלאזנדיג צענדליגע טויזענטער תלמידים איבער די גאנצע וועלט. טויזענטער אידן האבן זיך באטייליגט ביי די גרויסע לוויה, און דער ראש ישיבה איז געקומען לקבורה אויפן הר הזיתים.


דינסטיג שמות כ"א טבת האט די עולם התורה אין אמעריקא באוויינט די פטירה פונעם משגיח הגה"צ רבי מתתי' סאלאמאן זצ"ל משגיח ישיבת בית מדרש גבוה דלעיקוואד, אין טיפן עלטער פון 87 יאהר איבערלאזנדיג נאך זיך טויזנטער תלמידים.


זונטאג פ' ויקהל כ"ג אדר א' איז נסתלק געווארן כ"ק גאב"ד סיגעיט הגה"צ רבי יקותיאל יהודה מייזליש זצ"ל, מזקני הרבנים אין אמעריקא אין טיפן עלטער פון 95 יאהר איבערלאזנדיג נאך זיך א גרויסע חלל פון תורה גאונות און צדקות.


שב"ק פרשת קרח ל' סיון האט כלל ישראל פארלוירן אחד מגדולי פוסקי דורנו חסידא ופרישא הגאון הצדיק רבי שמעיה גרינבוים זצ"ל מחבר ספר 'סייעתא דשמיא' וואס איז נפטר געווארן אין עלטער פון זיבן און זיבעציג יאהר, איבערלאזנדיג א גרויסע חלל בפרט אין די עולם המשנה.


דאנערשטיג יתרו כ"ב שבט איז נפטר געווארן הגאון הגדול רבי ברוך ווייסבעקער זצ"ל ראש ישיבת בית מתתיהו און חבר מועצת גדולי התורה אין עלטער פון 83 יאהר.


פרייטאג ויגש עשרה בטבת איז נפטר געווארן הגה"צ הישיש ר' אברהם ניסן ניימאן זצ"ל דומ"ץ וויזשניץ מאנסי וועלכע איז פלומצלינג נסתלק געווארן געווארן אין טיפן עלטער פון 92 יאר.


זונטאג נשא ג' סיון האט די עולם התורה אין ארץ ישראל באוויינט די פטירה פונעם זקן המשגיחים אין די סלאבאדקע ישיבה הגאון רבי אברהם פאללאק זצ"ל אין טיפן עלטער פון 95 יאהר.


זונטאג פ' קרח כ"ד סיון, איז נסתלק געווארן כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב שיקאגא, הרה"צ רבי אברהם אייכנשטיין זצ"ל, פון די גאר חשובע רבנים אין שטאט שיקאגא, דער רבי זצ"ל איז געקומען לקבורה אין ארץ ישראל, ווי הונדערטער אידן האבן באגלייט דעם רבי'ן למנוחות ביי די לויות אין שיקאגא, ניו יארק און ירושלים.


שב"ק אמור י' אייר איז נסתלק געווארן כ"ק אדמו"ר מסטרעליסק, הרה"צ רבי יעקב שלמה קלאגאהפט זצ"ל, מזקני האדמורי"ם והרבנים אין שטאט בארא פארק, אין עלטער פון פיר און ניינציג יאר. דער רבי זצ"ל איז געקומען לקבורה אויפן הר הזיתים


שב"ק פרשת שלח כ"ג סיון איז נפטר געווארן די זקן המקובלים הגאון רבי שלום שמואלי זצ"ל אין עלטער פון 106 יאהר.


דאנערשטאג שופטים ב' אלול איז פלומצלינג נפטר געווארן הגאון רבי אברהם אוסבאנד זצ"ל ראש ישיבת טעלז ריווערדעיל אין עלטער פון 76 יאהר.


יו"ט שבועות איז נפטר געווארן הגאון רבי אליעזר פרייפעלד זצ"ל מראשי ישיבת עץ חיים ווילרייק און רב בית הכנסת אייזענמאן אין אנטווערפן אין טיפן עלטער פון 92 יאהר.


דאנערשטאג וארא א' שבט איז נפטר געווארן הגה"צ רבי פסח מיללער זצ"ל אב"ד חאמעלניק אין עלטער פון 74 יאהר.


דינסטאג האזינו ד' תשרי איז נפטר געווארן הגאון רבי מרדכי זעליג שעכטער משגיח ישיבת רבינו חיים בערלין אין בליענדן עלטער פון 62 יאהר.


חול המועד סוכות כ' תשרי איז נפטר געווארן הגה"צ רבי חיים פינטער זצ"ל אב"ד ביקאוואסק לאנדאן אין עלטער פון 79 יאהר.


שב"ק בלק י"ד תמוז איז נפטר געווארן הגה"צ רבי שלמה מייזלעס זצ"ל אב"ד חברת ש"ס לאנדאן אין בליענדן עלטער פון 68 יאהר.


שב"ק ויקהל כ"ט אדר א' איז נפטר געווארן הגאון רבי שלמה אדלשטיין זצ"ל ר"י אהבת אהרן יונגסטער ברודער פונעם ראש ישיבה הגאון האדיר רבי גרשון אדלשטיין זצ"ל, אין עלטער פון אכציג יאהר.


מיטוואך בראשית כ"ו תשרי איז נפטר געווארן הגאון רבי עקיבא יונתן אונגאר דיין ומו"ץ אין ק"ק ערלוי אין בני ברק אין עלטער פון בלויז 62 יאהר.


דינסטיג חקת ג' תמוז איז נפטר געווארן די הויפט רב פון באר שבע הגאון רבי יהודה דרעי זצ"ל אין בליענדן עלטער פון 67 יאהר.

**


ווי אויך האבן פילע רעבישע הויפן פארלוירן דאס יאר א שיינעם קרוין, די אם הבנים שמחה, אשת חבר און אמה של מלכות פון אדמורי"ם ורבנים.


הרבנית מסקווירא ע"ה, מחברתו הטהורה פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, און טאכטער פון הרה"ק בעל ישועות משה מוויזניץ זצ"ל


הרבנית מגור ע"ה אלמנת הרה"ק בעל פני מנחם מגור זי"ע, און אמה של מלכות פון הרבנים הגאונים הצדיקים רבי שאול, רבי דניאל חיים, רבי יעקב מאיר און רבי יצחק דוד אלתר שליט"א.


הרבנית ממאדזיץ ע"ה מחברתו הטהורה פון הרה"ק בעל נחלת דן ממאדזיץ זי"ע, אמה של מלכות פון האדמורי"ם ממאדזיץ און קאזמיר.


הרבנית מפאריסוב ע"ה, מחברתו הטהורה פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מפאריסוב זצ"ל, און אמה של מלכות פון האדמורי"ם מפאריסוב שליט"א.


הרבנית מבארניב ע"ה, אשת חבר פון כ"ק אדמו"ר מבארניב שליט"א, ברתא דמלכא פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מראחמיסטריווקא זצ"ל.


הרבנית מסאווראן ע"ה מחברתו הטהורה פון כ"ק אדמו"ר מסאווראן זצ"ל, אמה של מלכות פון האדמורי"ם מסאווראן פון הר נוף, ירושלים און ביתר.


הרבנית מליסקא ע"ה אשת חבר פון כ"ק אדמו"ר מליסקא שליט"א.


הרבנית משאץ ירושלים ע"ה אשת חבר פון כ"ק אדמו"ר משאץ ירושלים שליט"א.


הרבנית ממעלבארן ע"ה א"ח הגה"צ רבי אלימלך אשכנזי זצ"ל גאב"ד מעלבארן און אמה של מלכות פון כ"ק אדמו"ר מאלעסק זצ"ל


הרבנית מקרעטשניף מאנסי ע"ה א"ח הגה"צ רבי יוסף שלמה ראזענבוים שליט"א האדמו"ר מקרעטשניף מאנסי און טאכטער פון כ"ק אדמו"ר מסטאניסלאוו זצ"ל


הרבנית משטראסבורג ע"ה א"ח הגה"צ רבי שמואל עקיבא יפה שלעזינגער שליט"א גאב"ד שטראסבורג


הרבנית מטשאקאווא קערעסטיר ע"ה א"ח הגה"צ ר' יצחק חיים זעלטענרייך אב"ד טשאקאווא


הרבנית מרים דייטש ע"ה משאץ לאנדאן א"ח הגה"צ רבי משה דייטש זצ"ל אב"ד שאץ לאנדאן און טאכטער פון הרה"ק רבי יעקב מטשאקאווא זצ"ל


זכר צדיקים לברכה – ימליצו טוב בעדינו

Comentários


bottom of page