top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ניי געקרוינטער רב הראשי הגאון רבי דוד יוסף אויפגענימען מיט גרויס כבוד ביי שבע ברכות אין גור

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 17 בדצמ׳ 2024
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: 21 בינו׳

דינסטאג פ' וישב • ט"ז כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

דעם מאנטאג נאכמיטאג ביי די לעצטע שבע ברכות - נעילת ימי השמחה בחצר הקודש גור, האט זיך משתתף געוועהן די ניי געקרוינטער ראשון לציון הגאון רבי דוד יוסף שליט"א, וועלכע איז די וואך אויפגענימען געווארן במקומו פון זיין ברודער הגאון רבי יצחק יוסף שליט"א וועמענס טערמין איז אפגעלאפן מיט עטליכע חדשים צוריק. דער ראשון לציון איז געוועהן אנגעטוהן מיט די בגדי מלכות פון אביו הגדול הגאון מרן עובדי' יוסף זצ"ל. כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א האט זיך אויפגעשטעלט מלא קומתו און זיך אריינגעלאזט אין א לענגערע שמועס מיטן גאון, צייגנדיג דעם גרעסטן מאס כבוד און הערצה. דער רבי האט דאן מכבד געוועהן דער ראשון לציון מיט לחיים און מאציל געוועהן ברכת קדשו לרוב צו זיין נייעם תפקיד.

תגובות


bottom of page