מאנטאג חיי שרה • י"ז חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש
בשמחה רבה והתרגשות עילאה האבן טויזנטער תושבי ביתר זוכה געווען מיטצולעבן א יום שבתון אין לשכוח בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א וואס האט מופיע געווען בהדרו בשערי העיר אויף שב"ק פ' וירא, וואס איז פאראיבער מיט א זעלטענע געהויבנקייט און ווארעמקייט.
דעם רבי'נס באזוך אין ביתר האט ערוועקט א כוואליע פון פרייד ביי די טויזנטער תושבי העיר, ובפרט די הונדערטער חסידי קארלין סטאלין תושבי ביתר, נאך אריבער צען יאר וואס דער רבי האט נישט געפראוועט א שבת אין ביתר וואו עס וואוינען היינט הונדערטער משפחות חסידי קארלין סטאלין צושפרייט לענגאויס די שטאט.
דער רבי איז געקומען צו פארן לרגל די שמחת הכנסת ספר תורה וואס איז אפגעהאלטן געווארן אויף פרייטאג ערב שבת י"ד חשון דער טאג וואס איז נקבע געווארן אלס דער הילולא קדישא פון הרה"ק רבי אברהם אלימלך מקארלין זצ"ל הי"ד און איז אריינגעגעבן געווארן צום קארלינער ביהמ"ד 'תפארת אברהם אלימלך' וואס איז נקראת על שמו פונעם בעל ההילולא.
ערש"ק כחצות היום האט דער רבי שליט"א חונן געווען את פני העיר ביתר, און תיכף צוגעפארן צום בית האכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' יוסף חיים זאלצמאן, וואס ער האט ספעציעל אויפגעבויט לרגל דעם רבי'נס אנקום אין שטוב, א פראכטפולע מקוה מהודרת, און זיין גאנצע הויז איז ספעציעל רענאווירט געווארן לקראת דעם געהויבענעם באזוך.
קורץ נאכ'ן אנקומען אין שטאט איז דער רבי אנגעקומען אויף א באזוך ביים מרא דאתרא הגה"צ רבי חיים ווייס שליט"א גאב"ד ביתר, וואו ס'האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בדברי תורה וסיפורי צדיקים, און מ'האט דאן געווען בדברים העומדים על הפרק. ביים באזוך איז אויך געווען אנוועזנד הרה"ג ר' ישעי' שווארץ רב דביהמ"ד בעש"ט אין שטאט. דערנאך האט דער רבי באזוכט ביי הרה"ג ר' יעקב עזרא אביעזרי שליט"א אב"ד ביתר.
פון דארט איז דער רבי אנגעקומען אינעם חתונה-זאל "בית ברכה" דחסידי קארלין סטאלין אין שטאט, וואו ס'איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינאיינעם מיט הנגיד ר' אליעזר יוחנן זימליכן, אן אוקריינישער איד וואס איז ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל מיט'ן הילף פון קארלין סטאלינער רבי'ן, און האט אצינד זיך געלאזט קאסטן א סכום עצום פאר די נייע ספר תורה. דער רבי איז ערשינען צום מסיבת לחיים אינאיינעם מיט בנו חביבו הרה"צ ר' יוחנן שליט"א רב קהילת קארלין סטאלין אין ביתר. נאכ'ן לחיים האט מען ארויסגעפירט די ספר תורה לרחובה של עיר, און דער רבי האט באגלייט א לענגערע צייט די תהלוכה יותר מכפי הרגילו.
במשך די תהלוכה האבן זיך משתתף געווען הגה"צ רבי חיים ווייס גאב"ד ביתר, הגאון רבי שלמה איצקאוויטש דומ"ץ וויזניץ, הגאון רבי מרדכי האלפערין אב"ד קהל חסידים ביתר און נאך. ארום פיר אזייגער נאכמיטאג, נאכ'ן אריינפירן די ס"ת אין היכל ביהמ"ד "תפארת אברהם אלימלך", איז דער רבי ערשינען אין היכל ביהמ"ד, ווען מ'האט געהאלטן אינמיטן די קאפיטלעך וואס איז נהוג צו זאגן נאכ'ן מכניס זיין דעם ספר להיכל ה'. מ'האט באנייט א נייעם ניגון אויף "אשת חיל" כפי המנהג, און מ'האט געזינגען "שישו ושמחו" און מ'האט געטאנצן א לענגערע צייט בשמחת התורה.
פאר מנחה האט דער רבי אנגעצינדן די ליכט לכבוד די הילולא ולכבוד שבת, און דאן מחנך געווען דעם נייעם ביהמ"ד מיט א התלהבות'דיגע תפלת מנחה ברוב עם הדרת מלך. ביים דאווענען האט זיך אנגעזען ר' מאיר רובינשטיין דער מעיאר פון שטאט ביתר. נאכ'ן דאווענען איז דער רבי ארויף אויפ'ן ארון הקודש און אנגעוואונטשן א "גוט שבת" פאר'ן גאנצן ציבור.
די סעודת שבת האט דער רבי געגעסן אינאיינעם מיט די בני המשפחה אינעם זאל פון ישיבת הרב זמיר כהן אין שטאט. א ספעציעלער גרויסער שאטער איז אויפגעשטעלט געווארן פאר די שולחנות הטהורות, צוגעשטעלט מיט'ן הילף פון די שטאטראט אין ביתר און דורך מוסדות קארלין סטאלין אין שטאט. דורכאויס דעם טיש האבן זיך באטייליגט מערערע אדמורי"ם ורבנים און אישי הציבור פון ביתר, און פילע הונדערטער תושבי העיר וואס האבן איבערגעפילט דעם שאטער הגדול עד אפס מקום.
נאכ'ן טיש איז געווען צוגעשטעלט א ברייטע כיבוד פאר די חסידים לרגל די הכנסת ספר תורה, און דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברי תורה לרגל די שמחה, ספעציעל פאר די חסידים תושבי העיר. דער רבי האט בתוך דבריו מעורר געווען אויף אהבת חברים, לימוד התורה, עמוד התפלה, צניעות, זיך אויסדרוקנדיג מיט קורת רוח אויף דעם וואס ער האט באקומען אלע קבלות טובות פון די נשים צדקניות בעניני צניעות, ער פארשטייט נישט צו די אלע ענינים וואס מ'האט מקבל געווען, ער האט עס תיכף איבערגעגעבן פאר די רביצין ובני ביתו, און זיי האבן אים געזאגט אז ס'איז דא אין דעם גוטע קבלות, אבער א חלק פון דעם דארפן זיין בעסער, ואין שיעור למעלה.
ווי אויך האט דער רבי אדרעסירט איבער'ן צוגאנג ווי אזוי דער ציבור דארף זיך מתייחס זיין צו די גבאים, זאגנדיג אז ס'איז דא ב"ה געטרייע גבאים, צו וועם מ'קען זיך ווענדן פאר יעדן פראבלעם, און זיי זענען דא אויסצוהערן און אלעס מסדר זיין על צד היותר טוב, און אויך ליגט א פליכט אויף די גבאים מכבד צו זיין יעדן איינעם כערכו הראוי.
שבת צופרי האט מען געדאווענט אינעם שאטער הגדול. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען. נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן אחד החסידים, ויקרא שמו בישראל "אברהם אלימלך" נאכ'ן בעל הילולא.
די סעודה שבת בייטאג האט דער רבי געגעסן אינאיינעם מיט די בני המשפחה אין די דערנעבנדע "הדורים" זאל. איידער שלש סעודות האט דער רבי געבעטן די גבאים איבערצוגעבן פאר די בחורים, אז ער האט געוואלט געבן א ספעציעלע שמועס פאר די בחורים, אבער מחמת חולשת גופו וועט ער עס משלים זיין אין א קומענדיגע געלעגנהייט, צולייגנדיג "זיי האבן געמאכט א גוטע הכנה, זאלן זיי זען דאס ממשיך צו זיין".
נאכ'ן בענטשן און מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה ברוב עם, און דערנאך האט מען געזינגען די זמירות למוצש"ק און נאך ניגונים לכבוד התורה, און מ'האט דאן ארויסבאגלייט דעם רבי'ן בשירה וזמרה נאכ'ן מיטלעבן דעם שבת מרומם בצל קדשו וואס האט געלאזט א שטארקע השפעה בקרב העיר.
Comments