top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מבלי באי מועד: האד' מקאפיטשניץ איז מתפלל ביי ליידיגע כותל המערבי לאור המצב

  • לפני 11 דקות
  • זמן קריאה 1 דקות

דאנערשטאג פ' ויקרא • א' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין שאטן פון דער אנגייענדע מלחמה אין ארץ ישראל איז כ"ק אדמו"ר מקאפיטשניץ שליט"א אנגעקומען די וואך אויף א תפלה ביים שריד בית מקדשנו – דער כותל המערבי, וועלכער איז נאך פארשלאסן פאר מתפללים צוליב די אנגעצויגענע זיכערהייט צושטאנד.


צום כותל המערבי, וועלכער איז געווען כמעט גענצליך ליידיג, איז דער רבי אריינגעלאזט געווארן מיט א ענגע צאל מקורבים און באגלייטער, נאכן ערהאלטן ספעציעלע ערלויבעניש פון די זיכערהייט פארוואלטונג. א לענגערע וויילע האט דער רבי מתפלל געווען א תפלה חרישת לישעותם של ישראל, בפרט אין דעם יעצטיגן עת צרה וואס אידן אין ארץ ישראל געפונען זיך. בעת דער רבי האט זיך דארט געפונען איז צוגעקומען הרב שמואל רבינוביץ דער רב הכותל והמקומות הקדושים וועלכער האט זיך מזכיר געווען ביים רבי'ן לכבוד זיין יום הולדת.



תגובות


bottom of page